רבי יצחק הורוויץ זצ"ל (ה'תרס"בכ"ב תמוז ה'תשל"ח) איז געווען דער מעליצער רבי פון ניו יארק.

רבי יצחק איז געבוירן ה'תרס"ב (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב נפתלי הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב יהודה הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב יעקב הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת רעכיל א טאכטער פון הרב אביש קאנער פון סאניק.

רבי יצחק איז געווען רב אין אזעריאן און קיפוטשוב אין וואהלין. נאך די ערשטע וועלט קריג איז ער געפארן קיין אמעריקא, דארט ער איז געווען רב אין קליוולאנד. נאכהער האט ער זיך באזעצט אין מאנהעטען ניו יארק, אלס מעליצער רבי. ער איז געווען א מוזיקאלישער קונסטלער זיינע פארפאסונגען און מוזיק-פלאטעס האבען געהאט א גרויסן ערפאלג.


רבי יצחק איז נפטר געווארן כ"ב תמוז ה'תשל"ח.

רבי יצחק האט געהייראט מרת חיה פערל א טאכטער פון הרב שמואל הורוויץ רב אין דעמביץ. זייערע קינדער:

  • הרב שמואל אהרן הורוויץ.
  • מרת רייזל שרה
  • מרת ביילא
  • מרת רעכיל
  • מרת עטיל

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר