ייבום איז א מצוה אין דער תורה, אז א ברודער דארף מיַבם זיין (הייראטן) זיין שוועגערין (זיין ברודערס אלמנה), אין א פאל ווען ער שטארבט אן צו לאזן איבער זרע של קיימא (אדער א טראגעדיקע ווייב).

די תורה זאגט אז דער צוועק פון דער מצוה בכך איז פארן ברודער להקים שם לאחיו (שטעלן א נאמען פאר זיין טויטן ברודער) דורך האבן קינדער פון זיין ווייב; טייל מפרשים זאגן אז די הקמת שם איז אז מען גיט א נאמען דאס קינד נאכן טויטן פעטער, אנדערע האלטן אז מען רופט דאס קינד בן פלוני (דעם געשטארבענעם ברודער און נישט דער זון פון זיין טאטן.‏[1]

אין א פאל ווען אלע ברודער זאגן אפ פון ייבום דארף מען מאכן א חליצה צערעמאניע ווען די פרוי שפייט פאר אים.‏[2]

רעפערענצן רעדאַקטירן

  1. פירוש פון די אבן עזרא און מלבי"ם צו ספר דברי הימים א ג יט
  2. אמר רבי יוסי..איהו לא בעי ולפיכך עבדית ליה קלנא, מאי קלנא? יורקת בפניו. נידון בבושה למורה -מדרש הגדול בראשית לח ח

אזהרה: מען פסק'נט נישט קיין הלכה פון וויקיפעדיע.