רבי יחיאל יצחק סג"ל גליק איז געווען דער מנהל און אפיציעלער שרייבער (ספרא דדיינא) פון התאחדות הרבנים, רב אין ביהמ"ד בית אברהם און מחבר ספר קולי בשיחי, יערב שיחי, און נאך.

ער איז א זון פון הגאון רבי חנוך שלום וועלכע איז באקאנט געווען אלס א גרויסער מרביץ תורה מיט הונדערטער תלמידים. ער האט אויך געהאט אן אייגענע ישיבה "בית אברהם".

רבי יחיאל יצחק האט געארבעט אין דעם התאחדות הרבנים נאנט צו פערציג יאר, צום ערשט אלס ספרא דדיינא, און שפעטער אויך אלס מנהל כללי.