יחיאל יהושע ראבינאוויטש (אנטווערפן)
דער ארטיקל איז געשטעלט אויסצומעקן אין וויקיפעדיע:בלעטער צו אױסמעקן ביטע שמועסט אייך געהעריג דורך דארטן צו גרייכן א קאנצענזוס צי מען זאל דאס אויסמעקן אדער נישט. מען זאל נישט אראפנעמען דעם צעטל ביז דער שמועס איז געשלאסן. |
הרב יחיאל יהושע ראבינאוויטש (געב' ה'תשמ"ג) איז דער ראש כולל לשעבר אין טשארטקאווער קלויז "תפארת ישראל", אנטווערפן. ער איז אן אוראייניקל פונעם באהושער רבי'ן.[1]
לעבנסגעשיכטע
רעדאַקטירןהרב יחיאל יהושע ראבינאוויטש איז געבוירן אין יאר ה'תשמ"ג צו זיין טאטע הרב דוד ירחמיאל צבי ראבינאוויאטש רב דביהמ"ד ביאלא אין רמת אהרן, דער עלטסטער זון פון אדמו"ר מביאלא רמת אהרן און אן איידעם ביי ר' ישראל שלום יוסף פרידמן דער איידעם פון אדמו"ר מבוהוש זצ"ל. ער האט געלערנט אין ישיבה טשערנאביל דערנאך איז ער געגאנגען לערנען אין דער טשעבינער ישיבה.
אין יאר ה'תשס"ג האט ער חתונה געהאט אין אנטווערפן מיט דער טאכטער פונעם נגיד הרב ישעי' שלאמאוויטש בעל מחבר ספר אבני שהם ה' חלקים.
רבנות
רעדאַקטירןאין יאר ה'תשס"ז האט ער געעפנט א כולל אין דעם טשארטקאווער קלויז תפארת ישראל אנטווערפן - בעלגיע.
אין יאר ה'תשס"ו האט ער ארויסגעגעבן א ספר פרי יהושע אויף סוגיות הש"ס.
אין יאר ה'תשס"ז האט ער אנגעהויבן ארויסגעבן א וועכנטליך בלעטל גליון תפארת ישראל וואס ווערט געליינט דורך הונדערטער ליינער אין דער וועלט.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ טשארטקאווער קלויז יום שכולו תורה, archived from the original on 2012-05-15, https://web.archive.org/web/20120515023953/http://rce.eu.com/articlePage.asp?pageID=318&pageTable=2&lang=hebrew, דערגרייכט 2009-12-23