יחזקאל ראבינאוויטש
רבי יחזקאל הכהן ראבינאוויטש ( ה'תרצ"ב - כ"ט נאוועמבער 1910 ) איז געווען דער דריטער רבי פון די ראדאמסקישע חסידים .
געבורט |
1862 ראדאמסק, פוילן | ||||
---|---|---|---|---|---|
טויט | 22 נאוועמבער 1910 (אלט 48 בערך) | ||||
| |||||
ביאגראפיע
רעדאַקטירןגעבוירן אין ראדאמסק צו רבי אברהם יששכר בער ראבינאוויטש, א זון פון רבי שלמה הכהן ראבינאוויטש .
הרב ראבינאוויטש האט געדינט אלס רב אין שטעטל נאוואפאלא. נאכן פטרה פון זיין טאטע, אין יאר תרנ״ב, האט ער אנגעפילט זײן ארט, אלס רבי . ער איז געווען א דיאבעט ווי זיין פאטער, און איז געשטארבן אין שפיטאל י"ח חשון תרע"א אין עלטער פון 48 [1] אזוי ווי זיין פאטער. [2] טויזנטער האָבן זיך באַטייליגט ביי זײַן לוויה. [3]
זיין חיבור "כנסת יחזקאל" איז געדרוקט געווארן נאך זיין פטירה אין יאר תרע"ג. זיין ארט איז אריבערגעגאנגען צו זיין זון, רבי שלמה חנוך, נאך א זון, רבי אלימלך אריה, איז געווען דער איידעם פון רבי יעקב בידערמאן פון שידלאוו און ומילא מקומו פון די רבנות ואדמו"רות. דערמארדעט אין מאַוטהאַוסען . רבי יחזקאל'ס איידעם איז געווען רבי משה פון קראסנא . [4] [5] [2]
פונדרויסנדיק לינקס
רעדאַקטירן- יחזקאל בן אברהם ישכר רבינוביץ הכהן, דף שער בספרייה הלאומית