יושע פישמאן
יושע אהרן "שיקל" פֿישמאן (18טן יולי 1926 פילאדעלפיע – 1טן מערץ 2015, י' אדר תשע"ה, בראנקס) איז געווען וועלט-בארימט אלס א ברייט-פארצווייגטער ווייט-גרייכנדער יידישיסט און לינגוויסט, אין אמת'ן אריין נישט נאר לטובת יידיש נאר אויך א כללית'דיגער עסקן פאר אלע מיניאריטעט שפראכן.
געבורט |
18 יולי 1926 פילאדעלפיע, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
טויט |
1 מערץ 2015 (אלט 88) בראנקס, ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
לערנארט |
קאלומביע אוניווערסיטעט אוניווערסיטעט פון פענסילוועניע |
ער איז געבוירן אין האט געוואוינט אין פילאדעלפיע דארטן זיך געהאדעוועט אין פובליק שולע אבער זיין אידישיסטישער טאטע האט אין אים אנגעצינדן א רייץ אן אהבה צו דער אידישער מאמע לשון - יעדן טאג ביים נאכטמאל האט ער געהאקט אין טיש און געפאדערט פון די קינדער: וואס האט איר היינט אויפגעטאן פאר אונזער יידישער שפראך?!
אלס בחור האט ער געלערנט תורה עם דרך ארץ אין ישיבה אוניווערסיטעט.
אין 1948 איז ער געווען א תלמיד פון דעם גרויסן יידישן לינגוויסט מאקס וויינרייך.
ער האט באקומען א דאקטאר טיטל אין דער שטודיע פון מיניאריטעט חינוך.
אין 1951 האט ער געהייראט געלא שווייד (1925-2017).
ער איז געווען אן סגן פראפעסער אויף פסיכיאלאגיע אין די אוניווערסיטעט פון פענסילוועניע און האט שפעטער פארנומען א סך פראפאסארישע שטעלעס אין פארשידענע אוניווערסיטעטן ארום אמעריקע אינעם לינגוויסטיק געביט.
ער האט שוין אפגעשריבן הונדערטער ווערק און ארטיקלען לגבי וויאזוי צו ראטעווען - און בכלל ארום דעם מצב פון קליינע שפראכן.
וועבלינקען
רעדאַקטירן- ר' שיקל פישמאן'ס וועבסייט.
- שיקל פישמאן'ס פונדאציע פאר יידישער קולטור
- אלע ארטיקלען פון שיקל פישמאן אין יידישן פארווערטס (ארכיווירט 16.08.2009 ביי דער Wayback Machine).
- סימפאזיום צו שיקל פישמאנס אכציגסטן געבורט טאג
- Zuckermann, Ghil'ad (2012). Introduction to the Joshua A. Fishman comprehensive bibliography. In: International Journal of the Sociology of Language (Int’l. J. Soc. Lang.) 213, pp. 149–152.