יהושע (שיע) ווידער (י"ז שבט ה'תרס"ו - י"ד אלול ה'תשכ"ג) איז געווען א בארימטער חזן, בעל מנגן און קאמפאזיטאר.

פארן צווייטן וועלט קריג האט ער געדינט אלס חזן אין "קהל ספרדים" אין מישקאלץ. ער איז געווען א סיגעטער חסיד.

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

זיין פאטער איז געווען ר' אשר ווידער‏[1] א בארימטער חזן און בעל תפלה, א סיגעטער חסיד.

אין די יאהרן פונעם צווייטן וועלט קריג האט ער געארבעט אין א צעמענט פאבריק וואו זיין שטימע איז אביסל געשעהדיגט געווארן פון דער שטיקיגער לופט דארט. אבער מיט דעם אלעם איז ער נאכן קריג געווען איינער פון די גרעסטע חזנים, און מיט זיינע הערליכע הארציגע קאמפאזיציעס ווי "לעולם יהא אדם", "אהבה רבה", "ממקומך", "רבון העולמים" און נאך האט ער זיך באריהמט געמאכט אין דער וועלט פון חזנות.

ער האט געוואוינט אין מאנטרעאל, קאנאדע, וואו ער איז געווען חזן ביז זיין פטירה.

ער פלעהגט אסאך קומען קיין ניו יארק זינגען ביים פריערדיגן סאטמארער רבי'ן רבי יואל טייטלבוים. ס'איז נאך פארבליבן א "הנרות" וואס ער האט געזינגען אין סאטמאר.

ער איז נפטר געווארן י"ד לחודש אלול אין יאר תשכ"ג.

זיינע אייניקלעך זענען אלע חסידישע סאטמארער אינגעלייט.

ער האט געהאט א אייגנארטיגע דינע מתיקות'דיגע שטימע מיט וועלכע ער פלעגט זינגען מיט א שטארקע ווארעמקייט און קאלאראטור. זיינע קאמפאזיציעס קען מאכן א מענטש צוגיין, ווי ער קריכט אריין אין דער נשמה מיטן אויסציען די ווערטער און זיך ממש בעטן און אויסגיסן דאס הארץ ביים זינגען.

ער ווערט פאררעכנט אלס געוואלדיגער "זאָגער".

ער האט געהאט נאר איין לונג.

קאמפאזיציעס

רעדאַקטירן
  • והוא רחום
  • לעולם יהא אדם
  • רבון העולמים
  • אהבה רבה
  • טוב להודות
  • ממקומך

רעפערענצן

רעדאַקטירן