יוסף זונדל פון סאלאנט

(אַריבערגעפֿירט פון יוסף זונדל סאלאנטער)

רבי יוסף זונדל פון סאלאנט (ה'תקמ"ו - ה'תרכ"ו), איז געווען דער רבי מובהק פון רבי ישראל סאלאנטער. אין זיינע לעצטע יארן איז ער געווען א מורה הוראה אין דער אשכנזישער קהילה אין ירושלים.

יוסף זונדל פון סאלאנט
געבורט 1786
ליטע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1866 (אלט 80 בערך)
ירושלים, אטאמאנישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

רבי יוסף זונדל איז געבוירן געווארן אין 1786 (תקמ"ו]). זיין פאטער איז געווען רבי בנימין ביינוש, און ער איז געווען אן אייניקל פון רבי פייוויש אשכנזי, דער אב בית דין אין ווילנע און נאכהער נשיא פון דער אשכנזישער קהילה אין ירושלים. ער האט געלערנט אין דער וואלאזשינער ישיבה ביי רבי חיים וואלאזשינער. רוב פון זיינע טעג האט ער געוואוינט אינעם שטעטל סאלאנט.

ער פלעג גאנץ אפט פארן צו זיין רבי'ן רבי חיים וואלאזשינער. נאך זיין פטירה האט ער זיך געצויגן אין פוזנא צו לערנען פונעם שטאטס־רב רבי עקיבא אייגער.

אין תקצ"ז, ביי דער עלטער פון 51 איז ער ארויף אין ארץ ישראל און ער האט זיך באזעצט אין ירושלים, וואו ער איז געווארן א מורה הוראה. אין יענער תקופה איז די אשכנזישע קהילה אין ירושלים געווען צו קליין צו האבן א רב.

רבי זונדל איז אומגעקומען אין דער כאלערע מגיפה, די נאכט פון ג' מרחשון, תרכ"ו (1865) ביי דער עלטער פון 80, און מ'האט אים קובר געווען אין הר הזיתים.

נאך זיין פטירה איז זיין איידעם, רבי שמואל סאלאנט, געווען דער מורה הוראה, ביז מ'האט אים באשטימט (אומאפיציעל) רב פון דער אשכנזישער קהילה אין ירושלים.