יוסף וואלדמאן
יוסף וואלדמאן איז א סאטמארער דיסידענט פירער און שלום אקטיוויסט אין קרית יואל. ער שטאמט פון א באוואוסטער סאטמארער משפחה. זיין טאטע ר' אליעזר איז געווען א מגיד שיעור אין דער קהילה.
היסטאריע
רעדאַקטירןנאך דער טראנזיציע אין סאטמאר ווען דער ערשטער סאטמארער רבי איז אוועק האט זיך באשאפן אן אויפשטאנד באוועגונג אינערהאלב סאטמאר וואס האבן געשטעלט אפאזיציע צו דער נייער סאטמארער רביסטעווע.
ר' יוסף האט זיך צוגעשטעלט צו דער אפעזיציע נאכן אום ערפאלגרייכן קאנדידירן פאר קרית יואל שולע קאמיטעט ארום תשמ"ט ווי ער האט אנגעצויגן קנאפע זיבן הונדערט שטימען, וואס ער האט באקומען פון אממייסטענס, אפזיציאנערן אינערהאלב דעם סאטמאר שטעטל קרית יואל.
יוסף האט גענומען א מיסיע צוריקצוהאלטן צו בקרידיווען די אפאזיציע מיטגלידער דורך גרינדען און אנפירן דאס ארגאניזאציע "קאמיטע פאר וואוילזיין קרית יואל",
יוסף'ס קינדער זענען ארויס געשיקט געווארן פון די אפיציעלע סאטמארער אינסטוטוציעס וואס ער האט פרובירט צו באקעמפן מיט ציין און נעגל, ער האט גערופן דאן קרית יואל רב און קהלה צום אלגעמיינעם געריכט.
דאן האבן סאטמאר קהלה אים באצייכנט אלס "מסור" וויבאלד דער ריכטער האט פארלאנגט די פערזענליכע ערשיינונג פון קרית יואל רב ווען ער האט ביים אורטייל זיך געזייטיגט צו ר' יוסף.
צענדליגע מאסן דעמאנסטראנטן פלעגן זיך אפט ארגאניזירן ביי ר' יוסף'ס הויז טיילמאל איבערלאזענדיג וואנדאלן ווי פארברענטע אויטאמאבילן און דאס גלייכן, כהיום האבן שוין אסאך פון די דעמאלטסדיגע אינגווארג אים גערופן בעטן מחילה פארן אים רודפ'ן.
ר' יוסף האט מיטגעטיילט צו דער אלגעמיינער פרעסע אלץ וואס קומט פאר אין דעם חסידישן שטעטל קרית יואל, גאר שטארק האט ער פארשעמט סאטמאר ווען ער האט עקלערט פאר גאר פראמינענטן נייעס אגענטור אז רבי אהרן'ס פירערשאפט איז א דוגמה צום כומעיני דער רעליגעזע פירער אין איראן.
וועבלינקען
רעדאַקטירן- א גוגל ווידעא פון איין טייל, ווי ער רעדט אויף 60 מינוט טעלעוויזיע פראגראם.
- כל העולם כולו ארונישער הייד פארק פארום קאלעקטירט אלע זיינע סטעימענטס קעגן ברך משה און סאטמאר פירערשאפט. [1] (ארכיווירט 11.03.2007 ביי דער Wayback Machine)