יונתן נתניהו

קאמענדאנט אין ישראל ארמיי

יונתן "יוני" נתניהו הי"ד (גבוירן 13טן מערץ 1946 - 4טן יולי 1976, י"א אדר ב' ה'תש"ו - ו' תמוז ה'תשל"ו) איז געווען אן אפיציר אין צה"ל וואס האט קאמאנדירט דעם עליטישן קאמאנדע איינס סיירת מטכ״ל ביי דער ענטעבע אפעראציע, אן אפעראציע צו ראטעווען 106 ערבניקעס געהאלטן אין ענטעבע פליפארט אין אוגאנדע אין 1976. די מיסיע איז געווען בעצם דערפאלגרייך, און מ׳האט געראטעוועט 102 פון די ערבניקעס, אבער נתניהו אליין איז געהרג׳עט געווארן ביי דער אקציע.

יונתן נתניהו
יונתן „יוני“ נתניהו
קיין פריי בילד
געבורט 13 מערץ 1946
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 4 יולי 1976 (אלט 30)
ענטעבע, אוגאנדע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר הרצל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
גאס יוני על שם יוני נתניהו
דאס קבר פון נתניהו
א גארטן אין חולון גערופן נאך יונתן נתניהו
דער ראשון לציון גארטן און אנדענק פון יונתן נתניהו

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

יונתן נתניהו איז געבוירן געווארן אין 1946 אין ניו יארק, ווי זייַן עלטערן האבן דארט געוויילט צוליב זייערע אַקטיוויטעטן פֿאַרן גרינדונג פון די מדינה ישראל . ער איז די עלסטער זון פון טשילא און פּראָפעסער בנציון נתניהו, און דער ברידער פון דער דאָקטער און שרייבער עדו און אויך דער ברודער פונעם פרעמיער מיניסטער פון ישראל בנימין נתניהו, זייַנע עלטערן האבן אים געגעבן דעם נאמען יונתן נאך זשאן פּאַטערסאַן דער קאמאַנדיר פון הגדודים העבריים וואס איז געווען אַ פרייַנד פון נתניהו׳ס עלטערן און זיין זיידע נתן מיליקאָווסקי

אום 3טן יולי, 1976, איז נתניהו געשטעלט געווארן אויף דער ענטעבע אפעראציע צו עלימינירן די טעראריסטן וואס האבן פארכאפט די ער פראנס פליגער אהין צו ענטעבע, אוגאנדע.

נתניהו איז פארוואונדעט געווארן אין די פייער אויסטויש מיט די טעראריסטן בשעת די אָנפאַל. די אלע באמיונגען אים צו ראַטעווען האט נישט מצליח געווען און ער איז נאך געשטארבן איידער די פליגער מיט די משכונות האבן זיך געהויבן און די לופטן אויפן וועג צו ישראל . נאָכדעם וואס די אָפּעראַציע איז אדורך מיט א הצלחה, האט מען באַשלאָסן צו רופן די אָפּעראַציע אויפן נאָמען פון יונתן נתניהו, און דער אפיציעלער נאָמען פונעם אָפּעראַציע איז געטוישט געווארן צו מבצע יונתן (יונתנ'ס אָפּעראַציע). נתניהו איז באערדיגט געווארן אין דעם מיליטערישן בית-החיים אויף הר הרצל אין ירושלים, נעבן דעם קבר פונעם רמטכ׳׳ל דוד אלעזר.