יואל ראטה

ברסלב׳ע ראש ישיבה

רבי יואל ראטה (געבוירן י”ב סיון תשמ”א) איז דער ראש ישיבה פון ישיבת ״תפארת התורה״ אין וויליאמסבורג, ברוקלין.

יואל ראטה
געבורט 1981 (אלט 43 בערך)
י”ב סיון תשמ”א
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ער איז אן אייניקל פונעם קארלסבורגער רב, רבי יחזקאל ראטה.

ר׳ יואל איז ברייט באקאנט פאר זיינע כסדרדיגע אפענע ארויסטריטן קעגן דער חינוך סיסטעם וועלכער גייט אן אין רוב ישיבות און חינוך אנשטאלטן.

רבי יואל איז באקאנט מיט זיין שטארקע כריזמע און קלארע אויפטריטן, און ער האט א האטליין.

ר׳ יואל פארעכנט זיך אלס תלמיד און חסיד פון הגאון החסיד הרב אליעזר שלמה שיק - מוהרא"ש פון ברסלב.

אין יאר תש”ס (אלט 19) האט ער חתונה געהאט מיט אסתר גיטל טאכטער פונעם ווייצענער רב, הרב מייזליש.

אין דער קורצער היסטאריע פון זיין ישיבה האט ער שוין מיטגעמאכט אן א שיעור רדיפות און בזיונות פון געציילטע אויפגעברויזטע עלטערן וועלכע האבן ארגאניזירט פראטעסטן קעגן אים צוליב דעם וואס זיי ווילן נישט זייערע קינדער זאלן לערנען ביי אים.

רבי יואל איז באוואוסט אלס זייער א פעסטן כאראקטער וועלכער דערשרעקט זיך נישט פון גארנישט און גייט זיך ווייטער זיין וועג נישט קוקנדיג אויף קיינעם ווען עס קומט צו זיינע פרינציפן.

זיינע תלמידים זענען זייער צוגעקלעבט צו אים און אומצאליגע פראוואקאציעס און פרואוון וועלכע זענען אונטערגענומען געווארן דורך זיינע קעגנער ארויסצושלעפן בחורים פון ישיבה האבן זיך אויסגעלאזט מיט גרויסע דורכפעלער.

רבי יואל איז אין די לעצטערע יארן באקאנט געווארן דורך די ווידעא קליפס פון זיינע ניגונים און דרשות אויף יוטוב.

אין סיון תשע”ט האט ער אויפגעעפנט א שטעטל ”קרית ברסלב ליבערטי” בשעתו זיך געווערטעלט מיט זיינע נאנטע: ”אויף יעדע פעני געפונט מען דאס ווארט ’ליבערטי’... ”

רעפערענצן

רעדאַקטירן

וועבלינקען

רעדאַקטירן