יהודה הורוויץ (סטוטשין)
רבי יהודה הורוויץ זצ"ל (י"ג תמוז ה'תרנ"ב - ט' חשוון ה'תשמ"ב), דער סטוטשינער רב.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי יהודה'לע איז געבוירן י"ג תמוז ה'תרנ"ב, צו זיין פאטער הרב יצחק הורוויץ, רב אין סטוטשין, א זון פון הרב משה הורוויץ, רב אין ראזוואדאוו, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער אסתר ליבא א טאכטער פון הרב מנחם מענדל אייכנשטיין פון זידיטשוב.
רבנות
רעדאַקטירןווען זיין פאטער איז געפארן קיין טארנא איז רבי יהודה'לע געווארן רב אין סטוטשין אויף זיין פאטערס ארט, און ער האט דארט פאהרגעלערנט שיעורים פאר בחורים. זיין פאטער רבי איציקל האט באפוילן רבי יהודה'לע, ער זאל נעמען קוויטלעך ביי זיינע אנהענגערס, און ער אליין האט געשיקט מענטשן זיך פראוון ביי אים.
נאך דעם צווייטן וועלט קריג וואס רבי יהודה'לע האט דורכגעבראכט מיט איבערמענטשליכע קרעפטען איז ער אנגעקומען קיין אמעריקא און זיך באזעצט אין בארא פארק וואו ער האט ווייטער אנגעפירט זיין עבודה אלס סטוטשינער רב פון ניו יארק.
הסתלקות
רעדאַקטירןפאמיליע
רעדאַקטירןרבי יהודה'לע האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון זיין פעטער הרב יהושע שפירא רב אין ריבאטוטש. זיי האבען געהאט איין קינד:
- מרת חנה די ווייב פון הרב עובדיה יודקאווסקי, פון ניו יארק. זייערע קינדער:
- הרב אליעזר יהושע יודקאווסקי, ממלא מקום פון זיידן, סטוטשינער רב
- הרב משה יעקב יודקאווסקי.
- הרב צבי אלימלך יודקאווסקי.
- הרב אהרן יודקאווסקי.
זיינע ספרים
רעדאַקטירן- מנחת יהודה על התורה
- מנחת יהודה על מועדים
רעפערענצן
רעדאַקטירן- הקדמה מנחת יהודה על התורה
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר