יאָשי (יאפאניש: ヨッシー; ענגליש: Yoshi; פולער נאמען: טי. יאָשיזאַווער מאַנטשאַקופּאַס, T. Yoshisaur Munchakoopas) איז א פיקטיווער זגאל דינאזאווער אין נינטענדאווידעא שפיל סעריע "מאריא".

יאשי'ס סאמע באקאנטע מעגלעכקייט איז צו עסן שונאים. ער האט א קריצלעכע צונג וואס ער נוצט צו כאפן און עסן זיי. אין א טייל שפילן, נאך וואס יאשי עסט שונאים טוישן זיי זיך צו אייער. איינער פון יאשי'ס בעסטע פריינט איז מאריא, וואס העלפט יאשי איבער די געפערלעכע סיטואציעס. א מאל קען מאריא רייטן אויף יאשי.