מאריא (סעריע)
מאַריאָ (ענגליש: Mario) איז א סעריע פֿון בארימטע פלאַטפֿאָרמע ווידעא שפילן פֿון נינטענדא, וועגן נינטענדא'ס מאסקאט מאַריאָ און, אין רוב די שפילן, זיין ברודער לואידזשי. די "מאַריאָ" סעריע האט געלאפן העכער 25 יאר מיט מער ווי 200 שפילן. זי איז דער בעסטנס פארקויפטער ווידעא שפילן סעריע פֿון אלע צייטן, מיט העכער 262 מיליאן גאנצקייטן פארקויפט.
די סעריע האט זיך אנגעהויבן אין 1981 מיט דעם אַרקייד שפיל "דאָנקי קאָנג", און איז שפעטער געווארן א זעלבשטענדיקע סעריע. זי איז געשאפן געווארן דורך שיגערו מיאמאטא. מאַריאָ, וואס איז גערופן דזשאַמפּמאַן (Jumpman, "שפּרונגמאַן") ווען "דאָנקי קאָנג" איז באפרייט געווארן, איז דער הויפט כאראקטער אין רוב די סעריע; די הויפט רשע פֿון די סעריע איז באַוזער, דער קעניג פֿון די קופּאַס. רוב די שפילן ווערן פֿאַרבונדן מיט שפרונגען און באזיגן שונאים און האבן פראסטע געשיכטעס; דער מערסט געוויינטלעכער געשיכטע טעמע אין די סעריע איז אז באַוזער, דער הויפֿט רשע, כאפט פרינצעסין פיטש אוועק, און די מאַריאָ ברידער פרובירן ראַטעווען זי.