יאסלמאן פון ראסהיים

(אַריבערגעפֿירט פון יאסלמאן פון רוסהיים)

רבי יוסף בן גרשון לואנץ (ה'רל"ו, 1478ה'שי"ד, 1554), גערופן רבי "יאסלמאן פון ראסהיים" (לשון קודש: יוסף בן גרשון מרוסהים אדער יוסף איש רוסהיים; דײַטש: Josel von Rosheim) איז געווען א שתדלן אין דייטשלאנד.

יאסלמאן פון ראסהיים
געבורט 1476
פראנקרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1554 (אלט 78 בערך)
פראנקרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ער איז געבוירן געווארן אין יאר ה'רל"ו אין דער שטאט האַגענוי צו זיין טאטן רבי גרשון. ס'איז נישט באקאנט צופיל פרטים פון זיינע יונגע יארן. ער האט געשטאמט פון דער לואנץ משפחה וואס האט געהאט א רייכן יחוס ארויף ביז צו רש"י הקדוש, און איז געווען א גרויסער תלמיד חכם און בעל מקובל, ער האט געשריבן א ספר "דרך הקודש" איבער די יראת און עבודת השם און בלויז א חלק דערפון איז געבליבן. אויך האט ער געשריבן א קבלה ספר "ספר המקנה".

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

נאך זייענדיג א יונגערמאן האט מען אים געקרוינט אלס דער רב פון דער עלזאס געגנט פון דער הייליגער רוימישער אימפעריע (היינט אין פראנקרייך), און ער האט געצויגן זיין פרנסה פון בארגן פאר רייכע מלכים ושרים גרויסע געלטער אויף בארג און באקומען פראצענטן, ווייל די קריסטן טארן נישט בארגן פאר א צווייטן קריסט מיט פראצענט. זייענדיג נאנט צו די אלע קעניגן און גראפן, הערשער, פירשטן און מיניסטארן, האט ער אנגעהויבן צו שתדל'ען ווען אימער עס האט זיך אויסגעפעלט.

ער האט זיך געצויגן אין יאר ע"ר (1510) קיין ראסהיים וואו ער איז געווארן דער הויפט ממונה אויף אלע אידן פון עלזאס, און אסאך געהאלפן אידן. צוויי יאר שפעטער האט אים דער קעניג מאקסימילאן דער ערשטער אפיציעל געגעבן דעם טיטל פון "דער באשיצער פון די אידן אינעם דייטשן אומגעגנט אונטערן רוימישן קייסטערום" - א טיטל וואס ער האט באקומען דורך א וואונדערליכער געשיכטע וואו ער האט באקעמפט דעם משומד יאהנוס פעפערקארן וואס האט געוואלט פארבאטן און פארברענען דעם הייליגן ש"ס, געשילדערט באריכות אינעם ביכל "רבי יאסלמאן פון ראסהיים" אריגינעל געשריבן דורך רבי מאיר לעהמאן.‏[1]

שפעטער איז ער געווארן נאך א גרעסערער מקורב למלכות דורכן אייניקל פון מאקסימילאן, דער קעניג קארל דער פינפטער, וואס האט אים גרויס געמאכט ביי דער גרויסער קעניגליכער זיצונג אין ווירמייזע אין יאר רפ"א.

רוב פון זיינע פעולות האט מען בחייו נישט מיטגעהאלטן צופיל, אויסער די גאר גרויסע, אבער שפעטער האט מען געפינען אסאך דאקומענטן אין די ארכיוון פון פארשידענע הערשער, אזוי אויך האט מען געטראפן זיין טאגבוך וואס האט געשילדערט פיל זאכן וואס ער האט אויפגעטון פאר כלל ישראל אין זיינערצייט. זינט זיין ריזיגע הצלחה פון בטל מאכן די גזירה פון פארברענען די ספרי קודש, און פון יענעם טאג האבנדיג א לעגאלער כח האט ער געקענט פיל מער אויפטון פאר אידן.

זיין סאמע גרעסטע אויפטו פארן כלל איז געווען בלי ספק אין יאר רפ"ה ווען ער האט זיך אריינגעלייגט אין א לייבן גרוב ביים גיין צו די אנפירער פון די 'פארמער רעוואלטירער' אין עלזאס וועלכע האבן פלאנירט א גרויסע שחיטה אויף אלע אידן פון דער געגנט, זייענדיג בלוטדארשטיגע שונאי ישראל. ער האט מיט גרויס שוועריקייט זיי באוויזן איבערצוצייגן, א רגע איידער זיי האבן זיך געגרייט אים אומצוברענגען.

אזוי אויך האט ער מבטל געווען צענדליגע גזירות גירוש אין דייטשלאנד און די אומגעגנט, ער האט צוריקגעברענגט די אידן פון באהעמיע טשעכיי, נאכדעם וואס מ'האט זיי פון דארט פארטריבן, ער האט דורכגעפירט א גרויסער ויכוח אין פראנקפורט דמיין וואו ער האט באוויזן צו משפיע זיין אויפן פרינץ פון רעדענבורג נישט צו פארטרייבן די אידן פון דארט, ביי יענעם וויכוח האט ער ריינגעוואשן די נאמען פון 38 אידן וואס זענען געזאלט פארברענט געווארן אויפן שייטערהויפן.

הונדערטער אידן אין פארשידענע געגנטער זענען געראטעוועט געווארן א דאנק זיין שתדלנות פון אומשולדיגע טויט אורטיילן, למשל אין שלעזיע האט ער באוויזן צו באפרייען צוויי הונדערט אידן וואס מ'האט געוואלט פארברענען, און אזוי ווייטער. ער האט אויך באוויזן צו ערהאלטן א דעקרעט ביי איין געוויסע מלחמה אז יעדער סאלדאט וואס טשעפעט א איד סתם אזוי, וועט אומגעברענגט ווערן.

באזונדער האט ער דורכגעפירט א גרויסע ויכוח מיט דעם באנדיט און שונא ישראל אנטאניאוס מארגעריטא וואס האט געשריבן פילע העסליכע שריפטן קעגן די אידן, עס איז פארגעקומען אינעם אאוגוסבערגישער רייכסטאג פארנט פונעם קייסער קארל דער פינפטער און אלע שרי המלוכה, וואו יאסלמאן האט געווינען מיט א לענדסלייד און דער פרעדיגער איז פארטריבן געווארן מיט בזיונות פון שטאט.

איינע פון זיינע געוואגטע אקטן איז געווען אז ער איז געפארן קיין שפאניע וואו א איד האט נישט געמעגט ארויפטרעטן בכלל זייענדיג אונטער די שפאנישע אינקוויזיציע כדי צו שתדל'ען, און ער האט אסאך גערודערט לטובת כלל ישראל. ער האט פון קיינעם נישט באקומען באצאלט אויף די אלע אידן, און איז באטראכט געווארן אלס דער גרויסער באשיצער פון זיינע אידישע ברידער.

זיין לעצטע גרויסע דאקומענטירטע שתדלנות איז געווען ווען ער האט געראטעוועט די אידן פון ווירטעמבורג פון א גירוש וואס דער פרינץ פון ווירטעמבורג האט געוואלט אויספירן. ער איז נסתלק געווארן אין די טעג נאנט צום יו"ט פסח שנת שי"ד, זייענדיג אלט זיבן און זעכציג יאר. יהא זכרו ברוך.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. איין יאר האט מען דאס אויסגעשפילט פורים ביים טיש פון האדמו"ר מסאטמאר אונטערן נאמען 'דער אידישער מיניסטער'.