יאזע דע אנשיעטא

יעזואיטישער מיסיאנער

יאזע דע אַנשיעטאַ (שפּאַניש: José de Anchieta; ‏19טן מערץ, 1534, טענעריפע, שפאניע - 9טן יוני 1597, בראזיל) איז געווען אַ יעזואיטישער מיסיאנער און הייליקער פון דער קאטוילישער קירכע מיט א שפּאַנישן אפשטאם.[1]

יאזע דע אַנשיעטאַ

ביאגראפיערעדאַקטירן

זיין זיידע איז געווען אַ איד וואָס האט זיך געשמדט. ביי די 14 יאר, איז ער אריבערגעפארן קיין פּאָרטוגאַל, ווו ער האט זיך אייַנגעשלאָסן ביי די יעזואיטן און האט געלערנט פּאָרטוגעזיש און לאטיין. אין עלטער פון 19 יאר האָט ער זיך איינגעשריבן אין דער עקספעדיציע פון די יעזואיטן צו די נייַע קאָלאָניעס פון בראזיל.[2]

ער איז געווען איינער פון די גרינדער פון סאו פאולא און ריא דע זשאנערא. ער איז געווען אַ שרייַבער, פּאָעט, לינגוויסט, נאַטוראַליסט און דאָקטער, און האט געלערנט די מינהגים און שפּראַך פון די אלט-געזעסענע פעלקער אין בראזיל. רעכט צו זיין גרויס השפּעה אויף דער קולטור און ירושה פון בראזיל, איז ער באקאנט ווי דער "אַפּאָסטאל פון בראַזיל".

ער איז דערקלערט אַ הייליקער אין 2014 דורך פּויבסט פראַנסיס.[3]

רעפערענצןרעדאַקטירן

  1. José de Anchieta, Santo
  2. José de Anchieta, Santo
  3. La canonización de Anchieta en primicia

וועבלינקעןרעדאַקטירן

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: יאזע דע אנשיעטא