טעמפעראטור
(אַריבערגעפֿירט פון טעמפארטור)
טעמפעראטור איז די וועג ווי אזוי מען מעסט וואס מענטשן רופן היץ און קעלט און ווי הייס אדער קאלט א זאך איז.
- ווען עפעס באקומט היץ דאן גייט איר טעמפעראטור ארויף, ווען עס פארלירט היץ דאן גייט דאס אראפ.
- ווען צוויי זאכן וואס האבן אן אנדער טעמפעראטור קומען זיך צוזאמען דאן וועט היץ געווענליך אריבערגיין פון די מיט די הויכע טעמעפעראטור צו די מיט די נידריגע טעמפעראטור. ווי לאנג ביידע וועלן זיין גלייך אין טעמפעראטור.
הייס און קאלט
רעדאַקטירןהייס און קאלט זענען ביידע זאכן וואס ניצט צו זאגן אז די טעמפעראטור איז אדער הויך אדער נידריג. פארשטייט זיך אז אזוי ווי יעדע זאך איז דאס אויך רעלאטיוו. א גלאז מילך איז ווארעם אפילו די זעלבע טעמפעראטור איז קאלט פאר א וואנע.
מעסטן טעמפעראטור
רעדאַקטירןאין 1742 האט אנדערס צעלזיוס באשטימט זיין טעמפעראטור סקאלע, אבער פארקערט ווי מען ניצט זי היינט. ער האט באשטימט 0 גראד פארן קאכפונקט פון וואסער און 100 גראד פארן פֿרירפונקט. א יאר נאך זיין טויט, אין 1745, האט קארל פאן לינע איבערגדרייט די סקאלע.
אין אלגעמיין ווערט טעמפעראטור געמאסטן היינט אדער דורך צעלזיוס כמעט אין דער גאנצער וועלט, אדער פארענהייט דאס איז די ענגלישע סיסטעם פון מעסטן טעמפעראטור.