טילדע
טילדע (~) איז א שריפט סימבאל וואס מען ניצט פאר א דיאקריטשער סימבאל אין שפאניש און פארטוגעזיש.
דאס ווארט טילדה (שפאניש: tilde) שטאמט פון לטיין titulus וואס באדייט פארהעכערטן שריפט.
פארשידענע באניצן
רעדאַקטירןאויסרעדן
רעדאַקטירן- אין שפראכן ווי פארטוגעזיש ניצט מען די טילדע ווי א דיאקריטישן סימבאל - אז זי דערשיינט אויף א בוכשטאב טוט זי ענדערן זיין אויסרעד (ווי O און Õ).
- אין שפראכן ווי שפאניש און עסטיש איז די טילדע א טייל פון געוויסער בוכשטאבן ווי Ñ אין שפאניש און Õ אין עסטיש.