טיכא בראהע
טיכא בראַהע (14טן דעצעמבער 1546 – 24סטן אקטאבער 1601) איז געווען א דענישער אדעלמאן און אן אסטראנאם.
געבורט |
14 דעצעמבער 1546 Q180756, Q62651 |
---|---|
טויט |
24 אקטאבער 1601 (אלט 54) פראג, בעהמען, הייליגע רוימישע אימפעריע |
פעלדער | אסטראנאמיע |
דער דענישער מלך האט אים געגעבן א מאיאנטעק אויפן אינזל ווען (היינט אין שוועדן) וואו ער האט געבויט צוויי אבסערוואטאריעס, אוראניבורג און שטערנעבורג, צו קוקן אויפן די פלאנעטן און די שטערן.
אין 1597 איז ארויף אויפן דענישן טראן א נייער מלך, וואס האט נישט געוואלט אויסהאלטן טיכא'ס שטודיעס, און טיכא האט זיך געצויגן קיין פראג. דארט האט דער קייסער רודאלף געהאלפן אים אויפשטעלן זיין אבסערוואטאריע אין דעם בענאטעק שלאס, און האט אים באשטימט דעם אימפערישן אסטראנאם.
פון 1600 האט יאהאנעס קעפלער געהאלפן טיכא אין זיין ארבעט.