חנינא שיף
חנינא שיף (ה'תרפ"ט-ה'תשס"ח) איז געווען במשך 60 יאר דער גבאי (משמש בקודש) ביי פיר גערער רבי'ס.
ערשטע יארן
רעדאַקטירןחנינא שיף איז געבוירן אין קאלאשיץ, גאליציע אין תרפ"ט צו זיין פאטער, אן אייניקל פון מהר"ם שיף. ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן, איז ער אנטלאפן מיט זיין משפחה קיין אונגארן. שפעטער איז ער געווען אין עטלעכער קאצעטן ביז צום סוף איז ער געקומען צו בוכנוואלד, וואו ער פלעג ארגאניזירן די בחורים דארטן צו דאווענען. וועגן דעם האבן די נאצי וועכטערס אים גוט געשמיסן.
ארץ ישראל
רעדאַקטירןווען חנינא איז געקומען קיין ירושלים האט ער געלערנט אין דער גערער ישיבה שפת אמת. אין יאר תש"ח דער אמרי אמת איז נפטר געווארן, און זיין זון דער בית ישראל איז געווארן רבי. ער האט ממנה געווען חנינא צו ווערן זיין גבאי. זייט דעמאלסט איז ער געבליבן גבאי ביי נאך דריי גערער רבי'ס: דער לב שמחה, דער פני מנחם און דער היינטיגער רבי.
משפחה
רעדאַקטירןער האט חתונה געהאט מיט מרים אייזנבאך (א טאכטער פון וועלוועל אייזנבאך), וואס איז נפטר געווען פאר אים. זיי לאזן איבער דריי זין—אלימלך, אברהם און יוסף (וואס האט איבערנומען אסאך פון זיין פאטער'ס ארבעט אין דעם רבי'נס ביהמ"ד און אין מסדר זיין די טישן)—און צוויי טעכטער, נחמה און בריינדל.