חאמוראבי איז געווען א מלך אין בבל אין לערך די יאָרן 2060 ביז 2025 פאַר דער געוויינלעכער צייטרעכענונג; לויט טייל מיינונגען זאָל ער האָבן געלעבט אין דער צייט פון אברהם אבינו און ער זאָל זיין דער "אמרפל מלך שנער" קעגן וועלכן אברהם אבינו האָט מלחמה־געהאַלטן (בראשית י"ד), פאַר דער פאָרשונג פון חכמת ישראל האָט אַ גרויסע באדייטונג זיין "בוך פון געזעצן", װאָס מען האָט אין יאָר 1902 געפינען אויף זיילן אין שושן, און װאָס אַנטהאַלט געזעצן, וועלכע זענען ענלעך צו די געזעצן אין חומש, סדרה משפּטים; מען האָט אָנגעװיזן אַז אַ סך געזעצן פון חאמוראבי זענען זייער ענדלעך צו געזעצן, װאָס געפינען זיך אין משנה און תוספתא אין בבא מציעא; די חאמוראבי־געזעצן געבן אונז אױך אַ בילד פון לעבן אין בבל און בכלל אין די נאָענטע לענדער פון אַזיע אין יענער צייט און דורך זיי קאָן מען דערקלערן אַ סך קאַפּיטלעך פון תנ"ך: װעגן די חאמוראבי־געזעצן אין פאַרגלייך מיט חומש זענען געשריבן געװאָרן פיל ביכער און אָפּהאַנדלונגען אַמײסטן אין דייטש פון די געלערנטע דוד היינריך מילער, יערעמיאַס, יטלי, ווינקלער און אַנדערע.

קוואלן רעדאַקטירן