זען (בודהיזם)
זען (כינעזיש: 禪 טשאַן; יאפאניש: 禅 זען; קארעיש: 선 סעאָן; וויעטנאמעזיש: Thiền טיען) איז דער יאפאנישער נאמען פון א צווייג פון מאהאיאנא בודהיזם וואס האט אנגעהויבן אין כינע מיטן נאמען טשאן, און האט פארשפרייט צו קארעע, יאפאן און וויעטנאם. היינט איז זען אויך געקומען צו די מערבדיקע לענדער.
אין זען איז זייער חשוב מעדיטאציע, פון דעם קען מען קומען צו אויפקלערונג. די הויפט פארעם פון מעדיטאציע איז זיצנדיק.
לויט דער לעגענדע איז זען געגרינדעט געווארן אין כינע דורך באדהידהארמא, א מאנאך פון אינדיע אדער צענטראלער אזיע. ער איז אנגעקומען אין קאנטאן אין יאר 520.