זית רענן (פירוש)
זית רענן איז א פירוש אויפן ספר ילקוט שמעוני נתחבר געווארן דורך הגאון רבי אברהם אבלי פון קאליש באוואוסט נאך זיין ספר מגן אברהם אויף שו"ע או"ח.
אין רוב דפוסים איז עס געדרוקט צוזאמען מיטן ילקוט אונטן מיט סימני אותיות ווי א פירוש, אבער נישט די גאנצע ארגינעלע ספר נאר א קיצור דערפון.