זאב ערנסטער
רב אין ישראל
רבי זאב (וועלוול) ערנסטער איז דער רב פון מאור חיים געגנט אין ירושלים.
רבי וועלוול איז געבוירן געווארן אין תש"ט צו רבי משה ערנסטער און צו שבע ברכה ערנסטער. ער האט געהייראט מרת פייגא, טאכטער פון רבי אלעזר מייזליש, דער אוהעלער רב.
ער איז באוואסט מיט פירן לאנגע באטעס פרייטיג צונאכטס, און ער איז געווען שטארק מקושר מיט זיין זיידע רבי חיים מאיר האגער דער "אמרי חיים" פון וויזשניץ.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי וועלוול און מרת פייגא האבן זיבן קינדער:
- רבי דוד דוב בעריש ערנסטער, מנהל רוחני פון תלמוד תורה "פקודת אלעזר" אין מאור חיים.
- רבי מרדכי ערנסטער.
- רבי חיים מאיר ערנסטער.
- רבי יוסף ערנסטער.
- די ווייב פון רבי אליעזר שלאמאוויץ, ראש ישיבת "תורת חיים" פון וויזשניץ אין אלעד.
- די ווייב פון רבי יוסף מארילוס.
- די ווייב פון רבי חיים מאיר פרידמאן, זון פון הרב משה פרידמאן - ראש כולל וויזשניץ אין בראכפעלד.