מענסטרואציע

פעריאדישע בלוטונג פון טראכט
(אַריבערגעפֿירט פון וסת)

מענסטרואַציע אדער וסת איז א פיזיאלאגיש-הארמאנישער פראצעס וואס פאסירט אין א פעריאדישן אופן אין דעם קערפער פון א נקבה ביי מענטשן און ביי א טייל פון זויגערס, וואס איז נייטיק פאר רעפראדוקציע. אינעם קערפער פון א מענטשלעכער נקיבה פאסירט מענסטרואציע בערך איין מאל א חודש דורכאויס דער תקופה פון איר פרוכבארקייט, אנהייבנדיג פון איר געשלעכטלעכער דערוואקסנהייט און ביזן איבערגאנג עלטער ("מענאפויזע" menopause). מענסטרואציע איז א טייל פונעם חודשלעכן פעריאד.

אין דער לויף פונעם חודשלעכן פעריאד טוט דער אייערשטאק פון א נקיבה וואס איז געשלעכטלעך דערוואקסן באפרייען איין אייעלע (אדער מער ווי איינס), אין א פראצעס וואס הייסט אוואולאציע. דער שליימהויט פונגם טראכט (endometrium) ווערט דיקער כדי צו האלטן דאס פערטיליזירטע אייעלע, וואס הייבט אן שוואנגערשאפט. טאמער זי ווערט נישט שוואנגער, טוט די שליימהויט אוועקפאלן פונעם טראכט. דעמאלסט הייבט אן א נייער חודשלעכער פעריאד. די אוועקגעפאלענע שליימהויט געמישט מיט בלוט און אנדערע פליסיקייט קומען ארויס פונעם קערפער דורך דער מוטערשייד.

אבנארמאלע מענסטרואציע

רעדאַקטירן

אן אבנארמאלע מענסטרועל היסטאריע איז א סימן פון אוואולאציע פראבלעמען. ווען א מיידל'ס פעריאדן פאנגען זיך אן (וואס דאס איז געווענליך ביי די צוועלף יאר), זענען זיי נאטורליך זייער אומרעגולער. אבער ביז'ן עלטער פון פופצן–זעכצן יאר דארפן זיי שוין סטאביליזירט און אנקומען בערך יעדע 28 טעג, דויערן פיר ביז פינף טעג, געווענטליך זיין געדיכטער דעם ערשטן אדער צווייטן טאג און ווערן ווייניגער און ווייניגער ביז ס'ווערט נאר אביסל פלעקן דעם לעצטן טאג.

מענסטרואציע איז א פונקטליכע הארמאן זייגער וואס רעגולירט די אנטוויקלונג פונעם פאליקל, ארויספלוס פון עסטראגען, אויפבוי פון א דיקע ליינינג אינעם יוטערעס פאר אוואולאציע, דער ארויסגוס פון גרויסע קוואנטומען פון קלארע סערוויקל מיוקוס, דער LH פלייץ וואס רייצט אן אוואולאציע און דער טויש צו א ווייכע ליינינג אינעם יוטערעס נאך אוואולאציע ווען דער אויפגעריסענער פאליקל הייבט אן צו פאבריצירן פראגעסטעראן. אויב דער קאמפליצירטער אויסגערעכענטער זייגער פון הארמאן געשעענישן שטימט נישט, קענען די פעריאדן זיין אומרעגולער. אין א פרוי וואס איז פערטיל, ברענגט דער נארמאלער אויפבוי פון א פעסטע דיקע ליינינג אין יוטערעס, נאכגעפאלגט דורך א ווייכע ליינינג אין צווייטן העלפט חודש, א רעגולערע און גלייכע פלוס פון מענסטרועל בלוט. דער יוטערעס האט א פרישער אנפאנג מיט יעדן נייע סייקל. אבער אויב ס'איז נישטא קיין אוואולאציע, בויט זיך דער יוטערעס אויף אומרעגולער און בלוטיגונג איז אויך אומרעגולער.

ווען די מאס פון טעג צווישן מענסטרועלע פעריאדן טוישט זיך צו שטארק איז עס א צייכן פון א פעלער ערגעץ אין דעם זייגער וואס רעגולירט די געהעריגע אויפבוי פון דעם יוטערעס ליינינג און קען האבן א שייכות מיט א מאנגל אין אוואולאציע, שוואכע אוואולאציע, אדער עפעס אן אפנויג פון נארמאלן סדר פון הארמאן רעגולירונג. געוויס קענען פרויען מיט אומרעגולערע פע ך פלמצף חל ףיריאדן אוויולעיטן און ווערן שוואנגערדיג, אבער אויב זיי אוויולעיטן, איז עס מעגליך שפעט אדער נישט יעדן חודש. געוויסע פרויען קענען אוויולעיטן נאר צוויי מאל א יאר און האבן זייער צומישטע פיריאדס אינצווישן. אויב ס'איז דא זייער א הויכע ספערם קאונט איז זייער מעגליך אז די פרוי וועט ווערן טראגעדיג די איין מאל וואס זי אוואולירט יא.

די סיבה פארוואס א רעגולערע ציקל ווייזט אויף אוואולאציע איז, אז פראגעסטעראן וואס ווערט ארויסגעלאזט נאר נאכדעם וואס אוואולאציע האט שוין פאסירט, מאכט ווייך די ליינינג פונעם יוטערעס, און ביים סוף פונעם ציקל וועט זיך עס בעסער און ריינער אפשיילן. ווען אוואולאציע איז נאכנישט פארגעקומען, און פראדשעסטעראן איז נישט פאבריצירט געווארן, איז די ליינינג פון יוטערעס עטוואס הארטער און שיילט זיך אין שטיקלעך. פיריאדס קענען זיין שוואך ביז ס'זאמלט זיך אן עטליכע חדשים פון די נישט געהעריגע אפגעשיילטע ליינינג. אומרעגולערע פיריאדס זענען אן אנדייטונג אז די ליינונג שיילט זיך שטאפלווייז, אנשטאט א שטארקע שיילונג פון די גאנצע דיקקייט, און זענען א צייכן פון הארמאן און אוואולאציע אומארדענונג.

וסת אין הלכה

רעדאַקטירן

לויט דער תורה, א פרוי פון ווען עס הייבט אן איר מענסטרואציע ביז נאך זי טובל'ט זיך אין א כשר'ער מקוה איז זי א נדה. למעשה האבן די חכמים מתקן געווען אז זי טוט זיך נישט טובל'ן ביז נאך די שבעה נקיים, וואס דאס איז, זיבן ריינע טעג אן א מראה פון בלוט. ווען א מאן האט תשמיש מיט איר בשעת זי איז א נידה זענען זיי ביידע עובר אן איסור כרת. אויך איז זי דעמאלסט טמא, וואס אין אמאליגע צייטן האט געהאט פארשידענע קאנסעקווענצן. לויטן שולחן ערוך, ווען א געהייראעטע פרוי איז א נידה, דארף זי פירן מיט איר מאן געוויסע הרחקות (דערווייטערונגען).

פראבלעמען וואס קענען פירן צו אומ'סדר אין די מענסטרואציע

רעדאַקטירן

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: מענסטרואציע