ווערוואלף
א ווערוואלף (אויך וואלקעלאק אדער ווילקאלאק) איז אין מיטאלאגיע און פאלקסקונדע פארברייטעטע אָנגעהויערליכע בריה, וואס איז כאראקטירט אלס א מענטש דער פון צייט צו צייט, באזאנדערעס ביים פאלע לבנה, צו איינעם וואלף משתנה זיין, אדער צו איינעם האלב-וואלף האלב-מענטש.
ספר חסידים סימן תתתרס"ה שרייבט וואס ס'דא אזאלעכע זאך ווי א ווערוואלף, וואס קאמט פון בלוט און טרינקט בלוט.[1] אין סימן קע"א דארט שטייט וויאזוי מ'קען מרפא זיין א קינד וואס איז א ווערוואלף: מ'דארף אויפהאקן זיין ציין און זיין שוואנץ, או ער ווערט נארמאל. רבי מנחם ציוני שרייבט אין "ספר ציוני" וואס ס'דא "וכן איתא במקצת אנשים שנעשים זאבים".[2] רבי אפרים ברבי שמשון, אין זיין פירוש אויף פרשת ויגש, בעהויפטט וואס בנימין איסט געווען איינעם ווערוואלף: "בנימין היה זאב יטרוף וטורף בני אדם לעתים, וכשבא לו העת שנהפך לזאב שנאמר "בנימין זאב יטרף", ובעוד שהיה אצל אביו נשען על הרופא ובאותו זכות לא היה נהפך לזאב, שכך אמר ועזב את אביו ומת, כלומר כשיפרד מאביו יהפך לזאב לעוברי דרכים והיה כל מוצאו יהרגהו."[3] אין "שבחי הבעש"ט" ס'שטייט וואס דער בעש"ט, ווען ער איז געווען א תשב"ר, האט גהרגעט א "חיה רעה וואס הייסט וואקילאק" מיט א האלצערנע שטעקן.
עס זענען דא א סאך מעשיות וועגן ווערוועלף, צום ביישפיל די אלט-גריכישע געשיכטע פונעם קעניג ליקאון, וואס האט געהרגעט זיין אייגענעם זון און אלס עונש איז געווארן א וואלף. אין א סך מעשה'ס מ'קען איין ווערוואלף נאר מיט א זילבערנע וואפע, הויפטליך א זילברענע געשאס.