וועלט-לינגען, (עהנגליש: "Earthlings", באדייט: באשעפענישן פון דער וועלט), איז א 2005 עהנגליש שפראכיגער דאקומענטארער פילם וועלכע דעקט אויף די גרויזאמע אופן וואס מענטשן באגייען זיך היינט צו טאהג מיט אנדערע בעלי חיים פארן ציהל פון: עסן, קליידונג, אונטערהאלטונג און פארשונג.

מערסטנס פונעם פילם איז רעקארדיהרט געווארן דורך באהאלטענע פאטא-אפאראטן אין די פלעצער וואו מען גיבט זיך אפ מיט די באשעפענישן. צווישן אנדערע ווייזן זיי ווי אין א כשר'ע שלאכט-הויז האלט מען זיך נישט צו די הלכה.

דער ציהל פונעם פילם איז צו ווייזן ווי אוממענטשליך מיר באגייען זיך צו די בעלי חיים און מענטשן זאלן נעמען אין באטראכט צו וועהרן וועדזשעטעריען'ס אדער וויגען, זינט מ'קען זיך היינט צו טאהג געהעריג באגיין אהן פלייש און אנדערע דברים הבא מן החי.

די פילם איז געוועהן דער מכה בפטיש פאר אסאך מענטשן וואס זענען אלעמאהל טיעף אין הארץ געוועהן קעיגן עסן פלייש נאר האבן נישט געהאט די קוראדזש צו טוהן די פאקטישע שריט. די באקאנטע קאמיקער עלען דידזשענערעס איז געווארן וויגען א דאנק דעם פילם[1].

אויסצייכענונגען

רעדאַקטירן

דער פילם האט געהאט א שטארקן אפקלאנג און געווינען פילע אווארד'ס ביי פארשידענע פעסטיוואלן.


וועב לינקען

רעדאַקטירן
  1. https://www.youtube.com/watch?v=UeSA2j4oiDA