ווי א זעגל אין שטורעם איז א ראמאן געשריבן דורך יוסף לודען און ערשינען דורך פארלאג "פראבלעמען" אין תל אביב 1972.

עס אנטהאלט אכט קאפיטלען און 160 זייטן.

די העלדן פון דער געשיכטע זענען שמחה און זיין געליבטע גאלדעלע וועלכע מאכן דורך די צווייטע וועלט קריג זייענדיג אפגעשיידט איינער פון צווייטן, זיי טרעפן זיך דערנאך אין לאדזש אבער שמחה איז שפעטער עולה קיין א"י וואו ער פאלט א קרבן אויפן שלאכט פעלד פארטיידיגנדיג די נייע מדינה פון אראבישע שכנים.