וויקטאריע אונטערגרונט סטאנציע
לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע
וויקטאריע איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין מערב צענטראל לאנדאן. עס זענען פאקטיש צוויי פארבונדענע סטאנציעס אין וויקטאריע, אויף אנדערע ניוואען און געבויט איינעם מער ווי הונדערט יאר נאכן צווייטן. די עלטערע, ביי דער צפון זײַט פון דער בוס סטאנציע, באדינט די דיסטריקט און קרייז ליניעס, און איז נאר א ביסל נידעריגער ווי די גאס. די נייערע סטאנציע איז נענטער צו דער הויפטליניע סטאנציע און באדינט די וויקטאריע ליניע, א טיף־ניווא 'טיוב'. יעדע איינע האט זיין אייגענע בילעטן זאל, און די ביידע זענען פארבונדן דורך א וועג אונטער דער בוס סטאנציע.
וויקטאריע | |
---|---|
באן אריינגאנג | |
לאקאציע פון וויקטאריע אין צענטראל לאנדאן | |
לאקאלער סטאנציע נאמען: | Victoria |
יאר געעפנט: | 1868 |
לאקאציע: | בעלגרעוויע |
בארא: | וועסטמינסטער |
פארוואלטער: | לאנדאנער אונטערגרונט |
צאל פעראנען: | 4 |
טראוולקארטע זאנע: | זאנע 1 |
צאל פאסאזשירן אין יאר: | 86.73 |
פריערדיקע סטאנציע | לאנדאנער אונטערגרונט | פאלגנדע סטאנציע | ||
---|---|---|---|---|
קיין אפמינסטער | דיסטריקט ליניע | |||
קיין וואלטאמסטוי צענטראל | וויקטאריע ליניע | קיין בריקסטאן |
||
קרייז ליניע | קיין עדזשווער ראד |