ווייסע הויז חנוכה מסיבה
די ווייסע הויז חנוכה מסיבה (ענגליש : White House Hanukkah Party) איז א יערליכע מסיבה און צערעמאניע וואס ווערט אפגעהאלטן אינעם ווייסן הויז, מיטן פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, צו פייערן יום טוב חנוכה.
די טראַדיציע האָט זיך אָנגעהויבן אין 2001, אונטער פרעזידענט דזשאָרדזש וו. בוש. די גאסט-ליסטע אנטהאלט הונדערטער אידישע פאליטיקאנטן, געמיינדע-פירער און עסקנים צווישן אמעריקאנער אידן.
אין צוגרייטונג צו דער צערעמאניע, וועט דער גאנצער קאך אין דעם ווייסן הויז ספעציעל גע'כשר'ט, עס זאל זיין כשר, און נאר שטרענג כשר'ע עסן ווערט צוגעשטעלט אונטער דער אויפזיכט פון דעם חב"ד שליח צו וואשינגטאן די סי, רבי לוי שם טוב.
די צערעמאָניע איז געווארן איינס פון די וועגן ווי אזוי דער פּרעזידענט אנערקענט דעם אידישן יום טוּב. אזוי אויך וועט דער פרעזידענט צי איינער פון זיין וויכטיגע שטאב אנצינדן די נאציאנאלע מנורה.
יעדעס יאר ווערט אויסדערוועלט א פערזענליכקייט וועלכער זאל אנצינדן די חנוכה מנורה ביי דער צערעמאניע. געווענליך וועט דער מענטש האבן עפעס מיט א לעצטיגע נייעס צי געשעעניש. אין 2007 האבן די עלטערן פון דער אידישער זשורנאליסט דניאל פערל, וועלכער איז דערמארדעט געווארן דורך טעראריסטן אין פאקיסטאן, געצינדן די מנורה. אין 2019 האט דער חסידישער עסקן משה מארגערעטן אנגעצונדן די מנורה אלס אנערקענונג פאר זיין הילף מיט'ן שטופן די "פריזאן רעפארם ביל".
די צערעמאניע קומט נישט אייביג דוקא פאר אין יום טוב חנוכה, אסאך מאל קומט עס פאר עטליכע טעג בעפאר חנוכה.