וויטאמינען זיינען ארגאנישע כעמיקאלן וואס געפינען זיך אין עסנווארג און זיינען נויטיג פאר די בעלי חיים כדי צו לעבן.

פרוכט און ירקות זענען אפט א גוטער מקור פאר וויאטמינען

עס זיינען דא אויך וויטאמינען וואס ווערן באשפן אין דער קערפער אליין. וויטאמין D ווערט באשאפן אויף די הויט דורך די זון, וויטאמין K ווערט באשאפן אין די קישקעס דורך באצילן אא"וו.

דאס ווארט וויטאמין שטאמט פון די ווערטער וויטאל אמין אין די רוימישע שפראך. אלע וויטאמינען זענען ארגאניש און פארמאגן קארבאן. א וויטאמין ברענגט אריין א כעמיקאלע רעאקציע אין דעם קערפער נוצנדיג ווייניגער ענערגיע און ווייניגער צייט. דער קערפער מוז האבן געוויסע וויטאמינען כדי צו קענען אפשלאגן וויירוסעס און אויב זיי פעלן וועט דער מענטשן גרינגער קענען איבערכאפן די וויירוסעס.

וויטאמינען ווערן פארלאנגט אינעם קערפער אין קליינע צאלן אסאך מאל נאר א הונדערטסטעל פון א גראם. נארמאל באקומט מען די נויטיגע וויטאמינען פון עסן, טרונקן, און פון די אייגענע קערפער וועלכע'ס באקטעריע פראדוצירט וויטאמין קעי, און די הויט וועלכע זאפט איין זון ראדיאציע און פראדוצירט וויטאמין די.

וויטאמינען זענען איינגעטיילט צו צוויי קאטעגאריעס: פעטנס וויטאמינען און וואסער וויטאמינען. די פעטנס וויטאמינען ווערן איינגעזאפט אין די פעטנס פון דעם מענטש און בלייבט דארט שטעקן ווילאנג עס גייט אויס און פרישע דארף אריינקומען. וואסער וויטאמינען ווערט איינגעזאפט אין דאס וואסער פונעם מענטש און גייט ארויס אינאיינעם מיט אלע וואסער אפפאל.


וויטאמין סארטן

רעדאַקטירן

וויטאמין A: איז גוט פאר די הויט און פאר די האר. מענטשן מיט אלע סארט פימפלעס און הויט אויסשלאגעס ברויכן צוצונעמען מער פון דעם וויטאמין.

וויטאמין B: די וויטאמין איז א גרופע פון עטליכע וויטאמינען, אריינגערעכנט 1B, 2B, 6B, 12B, פאליק עסיד, ניאסין, און נאך. די אלע וויטאמינען דארף א מענטש האבן גענוג נאטירליך. אויב עס פעלט פון דעם וויטאמין וועט א דאקטאר דאס באמערקן אויף א בלוט-טעסט און וועט עס געבן.

אלע וויטאמינס אין די וויטאמין B גרופע ווערן אנגערופן סינערדזשיסטיק וויטאמינס פון וועלכע מען מעג נישט האבן צופיל ווייל עס קען זיין שעדליך.

וויטאמין C: העלפט די אימון סיסטעם. די וויטאמין פעלט פאר אסאך מענטשן און עס קען נישט שאטן אויב מען נעמט מער. אויב מען האט גענוג פון דעם וויטאמין איז פאראן קלענערע שאנסן איבערצוכאפן פארקילעכטס און אלע ערליי וויירוסעס און איז מעגליך א שטיקל רפואה פאר די ביטערע מחלה..

וויטאמין C דארף גענומען ווערן מיט אסאך פליסיקייט. עס איז וויכטיג צו טרינקן בעפאר און נאכדעם וואס מען נעמט עס איין.

וויטאמין D: די וויטאמין העלפט איינזאפן די קעלסיום אינעם קערפער. די וויטאמין קען מען באקומען נאטירליך פון זון שטראלן. אויב עס פעלט פון די וויטאמין קען מען זיך שטעלן אונטער די זון פאר א שטיק צייט יעדן טאג און דער פראבלעם וועט זיין געלעזט.

אויב מען נעמט עס אין טאבלעטן איז וויכטיג דאס צו נעמען נאכ'ן עסן ווייל די וויטאמין וועט נאר איינזאפן מיט פעטנס אדער אויל.

וויטאמין E: העלפט טראנספערירן אקסיגן אינעם קערפער. פארגעסט נישט אז אקסיגן איז וויכטיג פאר די מוח צו קענען פונקציאנירן.