יהושע פלק כ"ץ
פוילישער רב, דער סמ״ע
דער גאון רבי יהושע וַלְק הכהן כ"ץ זצ"ל איז געווען דער ראש ישיבה אין לעמבערג (לבוב) יצ"ו. ער איז געווען א זון פון ר' אלכסנדרי הכהן פון קראקא. זיין מאמע, מרת קרענדל, איז געווען א שוועסטער פון דער רמ"א'ס טאטע, רבי איסרל. דער באקאנטער מנהג צו צודעקן די אויגן ביי לעכט בענטשן פרייטאג צונאכטס, שטאמט פון זיין רביצין הרבנית בילא.
געבורט | 1555 |
---|---|
טויט |
29 מערץ 1614 (אלט 59 בערך) לעמבערג, פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט |
פאך | רב |
מען רופט אים סְמַ"ע, ווייל ער האט געשריבן א ספר אויפ'ן טור און שולחן ערוך מיט'ן נאמען מאירת עינים. דער ראשי תיבות פון סמ"ע איז: ס'פר מ'אירת ע'ינים. ער איז געווען א תלמיד פון זיין שוועסטער קינד דער רמ"א, און פון דער מהרש"ל. ער איז נסתלק געווארן שבת חול המועד פסח, י"ט ניסן, שנת שע"ד לפ"ק.