וואליד זשומבלאט
וואליד זשומבלאט (געבוירן דעם 7טן אויגוסט 1949) אין לבנון, איז א פאליטישע פירער פון די דרוזן, זיין אפשטאם איז פון די קורדן, קאמיל זיין טאטע, האט געגרינדעט די "סאציאליסטישע פראגרעסיווע פארטיי", וואס איז אריענטירט אלס א דרוזישע פארטיי.
געבורט |
7 אויגוסט 1949 (אלט 75) ביירוט, לבנון |
---|---|
מדינה | לבנון |
פאך | פאליטיקער |
זיין פאטער איז קאמיל זשומבלאט. ווילאנג וואלידס טאטע האט געלעבט, איז וואליד געווען באוואוסט אלס א יוגענטליכער וואס האט ליב צו פארברענגען, מיט יוגענטליכע שפילערייען און הולטעווען, ער האט געלערנט אינעם אמעריקאנער אוניווערסיטעט אין ביירוט, און אין פראנקרייך. אויך האט ער געהייראט א פרוי פון יארדאניע, נישט פון דער דרוזישער רעליגיע.
קאמיל איז אומגעברענגט געווארן, דורך סיריע, אין מערץ 1977, דורכאויס דעם לבנון ברודער קריג. כאפעז על אסאד, דער פרעזידענט פון סיריע, האט געלאדענט וואליד קיין דמשק, וואו ער האט אים געסטראשעט, אז אויב וועט ער גיין קעגן סיריעס ווילן, וועט ער ענדיגן ווי זיין פאטער. וואליד האט זיך פארנומען אינדעראנהייב, צו באפעסטיגן זיין פאזיציע צווישן די דרוזן, און פארשטערקערן די מיליציע זיינע, מיט סירישער הילף, און סאוועטישע וואפן.
דורכאויס דעם ברודער קריג, רעכנדיג זיך מיט די לינקע. האט ער זיך ארומגעשלאגן מיט די מאראנען, ווי אויפן דרום טייל פונעם לבנון בארג, האבן די דרוזן פארטריבן הונדערטער טויזנטער קריסטן, פון זייערע היימען. ער האט עטליכע מאל געטוישט זיינע אליאירטע.
אין 1989, האט ער אונטערגעשריבן די טייף אפמאך, וואס האט געברענגט צו אן ענדע צו דער פופצן יעריקער בלוטבאד אין לבנון, און האט געשטיצט דעם ווידער אויפבוי, פון דער צווייטער לעבאנעזער רעפובליק.
ביז ווען כאפעז על אסאד איז געשטארבן אין יאר 2000, איז ער געווען שטיל מיט זיין אפאזיציע, צו די סירישע אקופאציע אין לבנון. איינמאל כאפעז איז געגאנגען, און באשער על אסאד האט איבערגענומען, האט ער אנגעפאנגען צו רעדן קעגן סיריע, זיין נאנטער פריינט איז אומגעקומען אין א סירישן אטענטאט, ער האט געטענהט, אז ער האט באקומען סטראשונגען, אויף זיין לעבן, פונעם סירישן פרעזידענט. אויך האט ער געזאגט, נאכדעם וואס ראפיק על כארירי איז אומגעקומען, אז ראפיק האט אים געזאגט, עטליכע חדשים פאר דעם, אז באשיר זעלבסט האט געסטראשעט כארירי, אז ער וועט אים הרגנען.
ער ווערט פארעכנט פאר די הויפט פירער אין דעם טענענבוים איבערקערניש, וואס האט פארשיקט די סירישע פון לבנון, צוזאמען מיט אנדערע קריסטליכע, און סונישע פארטייען.
ביי דער צווייטער לבנון מלחמה, האט ער זיך אויסגעדרוקט קעגן כעזבאלא, זאגנדיק אז זיי האבן געברענגט אן אומגליק, און א חורבן אויף לבנון, פאר א נארישע אוואנטוריסטישע אקציע. אין 2008 אבער האט וואליד זיך געטראפן מיט נאסאראלא, און אין די וואלן פון 2009, זענען זיי געלאפן צוזאמען.