הראל סקאאט

ישראלדיקער זינגער

הראל סקאַאַט (העברעאיש: הראל סקעת; געבוירן דעם 8טן אויגוסט 1981; אויך באקאנט אַלס הראל) איז אַן ישראלדיקער זינגער און לידער-שרייבער. ער האט רעפּרעזענטירט ישראל ביים 2010 אייראָוויזיע געזאַנג קאָנקורס מיט דעם ליד "מילים" ("ווערטער").

הראל סקאאט
געבורט 8 אויגוסט 1981 (אלט 43)
כפר סבא, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך זינגער, קאמפאזיטאר, לידער שרייבער, בינע-שוישפילער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.harelskaat.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
הראל סקאַאַט
געבורט דאטע 8טן אויגוסט 1981
געבורט ארט כפר סבא, ישראל
טעטיקייט יארן 2004 - היינט
זשאנער פאפ
פלאטע פירמע הד ארצי
ארומה
harelskaat.com

סקאַאַט האָט געזאַנגען און אויפֿגעטראָטן אין פּובליק זינט קינדהייט. ביים עלטער פֿון 6 יאָר האָט ער געוואונען אַ געזאַנג קאָנקורס פֿאַר קינדער. ווען ער איז געווען אין עלעמענטאַרשולע האָט ער אויפֿגעטראָטן אויף נאַציאָנאַלע טעלעוויזיע, און אַלס אַ יינגל איז ער געווען דער הופיט זינגער פֿאַר זיין שטאָט און זיין מיטלשולע'ס טרופּעס. בעת זיין צה"ל דינסט האָט ער געזאַנגען אין דער קאָמוניקאַציע-מיליטער טרופּע. סקאַאַט האָט באַקומען זיין פּראָפֿעסיאָנאַלע ארויסבליץ אַלס אַ קאָנקורענט אין די צווייטע סעזאָן פֿונעם פּראָגראַם "כוכב נולד" (העב'), און האָט באַקומען דער צווייטער פּלאַץ. נאָך דער פּראָגראַם איז געענדיקט האָט ער אונטערגעשריבן אַ רעקאָרדירונג קאָנטראַקט מיט הד ארצי, איינע פֿון די גרעסטע מוזיק פֿירמעס אין ישראל.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: הראל סקאאט