הערשי טישלער

יידישער אקטיוויסט אין ניו יארק

הערשי טישלער (געבוירן תשכ״ד 1964) איז א אידישער קאנטראווערסיאלער אקטיוויסט וועלכער וואוינט אין בארא פארק, ברוקלין, ניו יארק.

הערשי טישלער
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ער פירט אן א כמו ראדיא-שוי וואס ווערט גערופן די "דזשאסט אינאף העשי" (Just Enough Heshy) שוי.

יונגע יארן

רעדאַקטירן

הערשי איז געווארן א יתום אין א אינגן עלטער, זייענדיג א יונגער בר מצוה בחור'ל. ער האט אלס בחור אנגעהויבן ארבעטן און העלפן זיין מאמע אויפציען זיינע געשוויסטער.

ער האט געגרינדעט עטליכע ביזנעסער. אין לויף פון זיינע ביזנעס יארן, נאכ'ן זיך באקענען מיט דער רעגירונג ביוראקראטיע, האט ער אנגעהויבן העלפן מענטשן וועלכע האבן זיך געמוטשעט מיט שטאטישע אנגעלעגנהייטן, און מיט דער צייט האט ער געעפנט אזא ביזנעס, צו העלפן מענטשן פארשנעלערן בוי-פערמיטן, זיך דורכקומען מיט שטרענגע רעגירונג רעגולאציעס און מער.

אין 2017 איז ער געלאפן פאר ניו יארק סיטי שטאטראט אין א דריי־פאכיגע פֿארמעסט קעגן קלמן יעגער און יוני הייקינד, זון פון דעם געוועזענעם אסעמבלימאן דוב הייקינד. ער האט פארלוירן די וואלן, נאך ערהאלטן בלויז בערך 4 פראצענט פון די שטימען.

עטליכע יאר בעפאר, אין 2010, האט זיין זון אברהם אויך פרובירט צו לויפן פאר סיטי קאונסיל, אבער ער איז אראפגענומען געווארן פונעם וואל, נאכדעם וואס אסאך פון זיינע פעטיציעס זענען אפגעפרעגט געווארן. אין 2012 האט זיין זון נאכאמאל פרובירט צו לויפן אבער אן ערפאלג.

אצינד זאגט הערשי אז ער וויל נאכאמאל לויפן פאר סיטי קאונסיל.

קאנטראווערסיע

רעדאַקטירן

אין די וואכן נאכ'ן קאראנאווירוס איז ער געווארן גאר א פאפולערע שטימע פאר פיל איינוואוינער אין בארא פארק און אנדערע חרדי'שע באוואוינטע געגנטער. ווען ער האט אנגעפירט א קאמפיין אויפצועפענען שפיל-גארטנס, ווען טיילמאל האט ער אפילו אויפגעבראכן די פארשלאסענע צוימען.

חול המועד סוכות תשפ"א, ווען די רעגירונג האט ווידעראמאל געמאלדן אז זיי גייען איינפירן רעגולאציעס צו פארמינערן די צאל קאראנאווירוס פאציענטן, האט ער אנגעפירט א היציגן ראלי אויף דרייצענטע עוועניו אין בארא פארק. אין רעזולטאט פון דער ראלי, וואו מען האט איבערגעפאלן עטליכע מענטשן, צווישן זיי רעפארטער, האט די פאליציי אים ארעסטירט.

זיין ארעסט האט געפירט צו נאך פראטעסטן, וואס האט נאכגעפאלגט מיט א פרייליכע קבלת פנים ווען ער איז באפרייט געווארן.