הענרי פארד
הענרי פארד (30סטן יולי, 1863 - 7טן אפריל 1947) איז געווען דער גרינדער פון פארד מאטאר געזעלשאפטט, און ער איז דער טאטע פון די מאדערנע אסעמבלי ליניעס וואס ווערט געניצט און מאסן פראדוקציע.
געבורט |
30 יולי 1863 פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
טויט |
7 אפריל 1947 (אלט 83) פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
אונטערשריפט | |
ער איז בכלל געווען א ראסיסט, ער האט פיינט געהאט יידן און אפריקאנער אמעריקאנער. ער האט געהאלפן פארשפרייטן די פראטאקאלן פון זקני-ציון, און ער אליין האט געגלייבט אין אינטערנאציאנאלער ייד, און אז די יידן האבן א קאנספיראציע, וואס זיי ווילן אונטער ברענגען די וועלט. ער האט פארשפרייט א בוך, מיטן נאמען דער אינטערנאציאנאלע ייד, וואס זענען ארויס אין פיר בענדער. ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, האט פארד אויפגעשטעלט פאבריקן אין נאצי דייטשלאנד, צו פראדוצירן אויטאס, און יידן האבן דארט געארבעט צוואנגס ארבעט.