האנטוך
א האנטוך איז אן אפוויש טיכל, געווענליך אויסצוטרוקענען פון פייכקייט און נאסקייט, אדער פון שמוץ. עס קען זיין גרויס, וואס מען ניצט נאכן באדן, טושן, שווימען און טובל'ן, אדער קליין ספעציעל פאר אפווישן די הענט.
ס'איז פֿארהאן אויך פאפירנע האנטוכער וואס מען ניצט נאר איין מאל.
עס איז צונויפגעשטעלט פון 2 באזונדערע ווערטער "האנד-טוך", און איז פארקירצעט געווארן אויף "האנטוך".
ס'איז פארהאנען דיספּאָוזאַבאַל סארט האנטוכער, ווי סערוויטלעך ענגליש:Napkins, און ווישטוכער ענגליש:Wipes