דראַנסי קאָנצענטראַציעלאַגער
דראנסי קאצעט Camp Drancy (אויף פראנצויזיש : Camp d'internement de Drancy ) איז געווען א קאנצענטראציע לאגער וואס איז אויסגעבויט געווארן אין דער שטאט דראנסי, צפון פון פאריז, דורך די נאציס צו דינען אלס א פראם פאר די דעפארטאציע און פארניכטונג פון די שטאטישע אידן .
די געשיכטע פון דעם לאַגער
רעדאַקטירןדער לאַגער איז אויסגעבויט געווארן אין אַ גרויסער בנין, געבויט פֿאַר ציבור באוואוינונג צוועקן, און איז פאקטיש געניצט דורך די רעזשים . ענלעכע לאגערן זענען אויסגעבויט געווארן איבער גאנצן ווישיס פראנקרייך און זענען געהערשט פון דער פראנצויזישער רעזשים אונטער דער אקופאציע פון די נאצישע אקופאציע קרעפטן. אויך בריטישע קריגס-געפאנגענע און פראנצויזישע קעגנערס פונעם נאצי-רעזשים זענען ארעסטירט געווארן אינעם לאגער. ארום 70,000 געפאנגענע זענען פארכאפט געווארן אין דעם לאגער דראנסי, דער רוב צוליב זיין יידיש. ביז דער באפרייונג פונעם לאגער אין דעם 17טן אויגוסט 1944, זענען פון אים געשיקט געווארן 64,759 יידן אין 64 טראנספארטן אין פארניכטונגסלאגערן, רוב פון זיי קיין אוישוויץ און א מינאריטעט קיין סאָביבאָר . בלויז ווי 2,000 פון זיי איבערגעלעבט. ארום 1,500 זענען פארבליבן אין לאגער אין טאג פון דער באפרייונג. צווישן די דערמאָרדעטע זענען געווען בערך 6,000 קינדער .
דער לאגער איז אויסגעבויט געווארן אין דעם 20טן אויגוסט 1941, נאך דעם ארעסטירונג פון 3,477 יידן מיט אויסלענדישע בירגערשאפט וואס זענען ארעסטירט געווארן אינעם גרויסן געיעג אין דעם 11טן-12טן קווארטאל פון פאריז. די לעבנס תנאים אין דער דראנסי לאגער זענען געװען שװערע . דר בנין איז געבויט צו באפלעקערן 700 מענטשן, אָבער איבער 7,000 געפאנגענע זענען אריינגעזעצט דאָרט. ד י קלײנע קינדערלעך זענען אפגעשײדט געװארן פון זײערע עלטערן גלײך װען זײ זענען אנגעקומען אין לאגער . די וועכטערס האבן זיך זייער אכזריותדיק אויפגעפירט קעגן די ארעסטאנטן. אין דעצעמבער 1941, זענען 40 אידן אין דראנסי אומגעברענגט געווארן לויט באפעל פון די נאציס, אלס נקמה פאר די אטאקע פון דער פראנצויזישער אונטערגרונט קעגן די דייטשע פאליציאנטן.
פון מערץ 1942 האבן זיך אנגעהויבן דיפארטאציעס פון לאגער איינוואוינערס צו פארניכטונגסלאגערן אין דער מזרח. אין יוני 1943 איז ער באַשטימט געוואָרן צו אַ מיטגליד פֿון עס.עס. אייס אלויס ברונער צום לאגער קאמאנדיר. ארום א דריטל פון די לאגערס יידן וואס זענען געשיקט געווארן צו פארניכטונג אין מזרח זענען געווען פראנצויזישע בירגערס. אנדערע זענען געװען ײדישע אימיגראנטן מיט דײטשע, פוילישע או אנדערע פרעמדע בירגערשאפטן, װעלכע האבן געװאוינט אין פראנקרײך . צווישן די באַרימט דראַנסי געפאנגענע זענען געווען מאַקס יעקב, מאַדעלעין דרייפוס, טריסטאַן בערנאַרד און רעני בלום .
דער לאגער איז באפרייט געווארן אין אויגוסט 1944 .
נאָך דער מלחמה
רעדאַקטירןאין 1976 איז דאָרטן געשטעלט א נאַציאָנאַלער דענקזייל פאַר די דעפּאָרטירטע פון פֿראַנקרײַך דורך דעם חורבן איבערגעלעבטער שלמה זעלינגער .
אין 1996, איז געשאפט אַ דאַקומענטארער פילם וועגן דאס לעבן אין דער דראַנסי לאַגער ביי די יאָרן 1941-1944, רעזשיסירט פון סטעפאַן טראָמבלי.
אין דעם 20סטן יאנואר 2005 האבן אנאנימערס אנגעצונדן א וואגאן פונעם באן אינעם לאגער, און א מאניפעס איז איבערגעבליבן דארט וואס איז כביכול פארחתימט פון אסאמא בין לאדען און א סוואסטיקע אויפן דעם