די פרעדי מערקורי טריביוט קאנצערט

די פרעדי מערקורי טריביוט קאנצערט פאר די אויפמערקזאמקייט צו עידס (ענגליש: The Freddie Mercury Tribute Concert for AIDS Awareness) איז געווען א קאנצערט אפגעהאלטן דעם צוואנציגסטן אפריל אין יאהר 1992 אין א סטעדיום אין לאנדאן מיט א באטייליגונג פון 72 טויזנט מענטשן.

די קאנצערט איז געזעהן און געהערט געווארן בשעת מעשה דורך לייוו טעלעוויזיע און ראדיא דורך קרוב צו א ביליאן מענטשן אין 76 לענדער ארום די וועלט.

אין ליכט פון די טויט פונעם זינגער און מוזיקאנט פרעדי מערקורי צוליב עידס האבן די איבריגע מעמבערס פון די בענד קווין און זייער מענענדזשער ארגאניזירט א קאנצערט לזכרו וואס די פראפיטן זאלן גיין צו אויפמערקזאם מאכן די וועלט איבער די סכנה פון די קרענק.

אין פעברואר 1992 האבן זיי ביי א אוואורד צערעמאניע געמאלדן איבער דעם קאנצערט.

ווען מען האט ארויסגעלייגט די בילעטן צום פארקויפן, האבן זיך אלע צוויי-און-זיבעציג טויזנט טיקעטס פארקויפט אין דריי שעה, כאטש מען האט נאך אפילו נישט געהאט געמאלדן ווער נאך עס גייט ערשיינען.

די קאנצערט

רעדאַקטירן

איבערזיכטן אויפן קאנצערט

רעדאַקטירן