די אינקרעדיבלס
The Incredibles
רעזשיסאר ברעד בערד
פראדוצירער דזשאָן וואָקער
מוזיק מייקל גיאַטשינאָ
רעדאקטירונג סטיווען שאַפֿנער
סטודיא וואָלט דיזני אַנימאַציע סטודיאָס
פּיקסאַר
פארשפרייטער בוענאַ וויסטאַ פֿילמען
פארשפרייט 5טן נאָוועמבער 2004
לענג 115 מינוטן
לאנד פאראייניקטע שטאטן
שפראך ענגליש
בודזשעט $92 מיליאָן

די אינקרעדיבלס אדער די אינקרעדיבלער (ענגליש: The Incredibles) איז אן אנימירטער פילם פון 2004, וואס איז געשריבן און אנטוויקלט געווארן דורך ברעד בערד, וואס האט איינמאל רעזשיסירט "די סימפּסאָנס" און איז בעסטנס באקאנט געווען אלס דער רעזשיסאר פונעם אנימירטער פילם "דער אייזן גיגאנט". דער פילם איז פראדוצירט געווארן דורך פיקסאר אנימאציע סטודיאס, און האט געווונען אן אקאדעמיע פריז. "די אינקרעדיבלס" איז ערשטנס אנטוויקלט געווארן אלס א טראדיציאנעלע-אנימירטער פילם, אבער נאך ווארנער ברידער האט איר אנימאציע דיוויזיע געשלאָסן האט ברעד בערד געגאנגען צו פיקסאר מיט דער פילמ'ס געשיכטע.

דער פילם פאסירט אין א וועלט וואו עס זענען דא סופּערהעלדן, אבער נאך א גרויסע הערונג באַשטימט די רעגירונג אז אלע סופּערהעלדן דאַרפן מאַסקירן זיך און פירן נארמאלע לעבן. דער הויפט כאראקטער איז באָב פּאַר (אדער "מ"ר אינקרעדיבל"). דער המשך-פילם "אינקרעדיבלס 2" איז באפרייט געווארן אין 2018.

שטימע אקטיארן רעדאַקטירן

  • קרייג טי. נעלסאָן אַלס באָב פּאַר / מ"ר אינקרעדיבל
  • האָלי האַנטער אַלס העלען פּאַר / עלאַסטיגערל
  • שרה וואַועל אַלס וויאָלעט "ווי" פּאַר
  • ספּענסער פֿאָקס אַלס דעשיעל ראָבערט "דעש" פּאַר
  • דזשייסאָן לי אַלס באַדי פּייַן / אינקרעדיבוי / סינדראָם
  • דאָמיניק לואיס אַלס באָמב וואָיאַזש
  • ברעד בערד אַלס עדנאַ מאָד
  • סאַמועל על. דזשעקסאָן אַלס לוציוס בעסט/פֿראָזאָן
  • וואָלאַס שאָן אַלס מ"ר האַף
  • עליזאַבעט פּעניאַ אַלס מיראַזש
  • פֿרענק טאָמעס אַלס פֿרענק
  • אָלי דזשאָנסטאָן אַלס אָלי

וועבלינקען רעדאַקטירן