עפענען הויפטמעניו

דויד הילברט (דייטשיש: David Hilbert; ‏23סטן יאנואר 1862 - 14טן פעברואר 1943 געטינגען, דייטשלאנד) איז געווען א דייטשער מאטעמאטיקער וואס האט שטארק באאיינפלוסט די מאטעמאטיק פונעם סוף פונעם 19טן יארהונדערט און דעם אנהייב פונעם 20סטן יארהונדערט, סיי דורך זיין דירעקטן בײַשטײַער סײַ דורך זיין השפעה אויף אנדערע.

דויד הילבערט
David Hilbert
Hilbert.jpg
געבורט 23 יאנואר 1862
קעניגסבערג, פרייסן עריכת הנתון בוויקינתונים
טויט 14 פעברואר 1943 (אלט 81)
געטינגען, נאצי דייטשלאנד עריכת הנתון בוויקינתונים
פעלדער מאטעמאטישער אנאליז, געאמעטריע, נומערן טעאריע, מאטעמאטיק עריכת הנתון בוויקינתונים
וואוינארט דייטשלאנד
מוסדות געטינגען אוניווערסיטעט עריכת הנתון בוויקינתונים
הויפט ביישטייערן
הילבערטס באסיס טעארעם
הילבערט רוימען
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg

הילבערט האט אנטוויקלט א ריי פון מאטעמאטישע געביטן, איינשליסנדיק אינוואריאנטן טעאריע, די אקסיאמאטיזיע פון געאמעטריע, און הילבערט רוימען, א פונדאציע פון פונקציעלן אנאליז.

אין 1900 האט הילבערט פארגעשטעלן א זאמלונג פון 23 מאטעמאטישע פראבלעמען, וואס האבן משפיע געווען פארשונג אין מאטעמאטיק דורכאויס דעם 20סטן יארהונדערט.

לעבנסגעשיכטערעדאַקטירן

דויד הילבערט איז געבוירן געווארן דעם 23סטן יאנואר 1862 אין דעם שטעטל וועלוי (Wehlau) לעבן קעניגסבערג, וואס איז דעמאלסט געווען די הויפטשטאט פון מזרח פרייסן. אין 1880 האט ער אנגעהויבן לערנען אין דעם קעניגסבערגער אוניווערסיטעט, וואו ער האט זיך באפריינדט מיט הערמאן מינקאווסקי. אין 1885 האט ער באקומען דעם דאקטאר טיטל, אונטערן אנפיר פון פערדינאנד לינדעמאן. אין די יארן 1886-1895 האט ער געדינט ווי א דאצענט אין דעם קעניגסבערגער אוניווערסיטעט. אין 1892 האט ער געהייראט קעטא יעראש, און א יאר שפעטער איז געבוירן זייער איינציקע קינד, א זון, פראנץ.

אין 1888 האט פעליקס קליין פארעפנטלעכט, אין דעם Mathematische Annalen זשורנאל וואס ער האט רעדאקטירט, אן ארטיקל פון הילבערט, וואו הילבערט האט געלייזט דעם צענטראלן פראבלעם פון אינוואריאנטן טעאריע, ווען ער האט געוויזן אז יעדע סיסטעם פון אינוואריאנטן באזיס. דער מאטעמאטיקער פאל גארדאן, איינער פון די הויפט פארשער אין דעם געביט, האט זיך דערקעגנט צו הילבערטס ארטיקל מיט דער טענה אויף הילבערטס באווייז אז "דאס איז נישט מאטעמטיק. דאס איז טעאלאגיע".‏[1] אין 1895 האט קליין געברענגט הילבערט צו ווערן א פראפעסאר אין געטינגען אוניווערסיטעט, וואס איז דעמאלסט גערעכנט געווארן דער פירנדיקער צענטער פון מאטעמאטישער פארשונג אין דער וועלט. הילבערט האט געהיטן געטינגענס גלאריע ביז זיין פענסאנירונג אין 1932, און ער איז געווארן דער חשובסטער מאטעמאטיקער פון זיין דור.

רעפערענצןרעדאַקטירן

  1. וועגן גארדאנס ווערטער, זעט דעם ארטיקל פון Roger Cooke, "Life on the mathematical frontier: legendary figures and their adventures, אין Notices of the AMS, אפריל 2010, עמ' 467.


וועבלינקעןרעדאַקטירן

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: דויד הילבערט