דאן
דער דאָן (מוסטער:שפראך-RU) איז איינער פון די הויפּט טייכן פון רוסלאַנד. ער הייבט אָן אין דער שטאָט נאָוואָמאָסקאָווסק 60 קילאמעטער דרום־מזרח פון טולאַ, דרום־מזרח פון מאָסקווע, און פלוסט אַ ווייַטקייט פון עטלעכע 1,870 קילאמעטער (1,162 מייל) צום ים פון אַזאָוו.
לאקאציע | |
---|---|
לענדער | רוסלאנד |
אייגנשאַפֿטן | |
לענג | 1,870 קילאמעטער |
קוואל | מיטל-רוסישע פלאטא |
דורכשניטלעכער אויסגאס | 935 קובישע מעטער א סעקונדע |
דרענאזש בעקן | 422,000 קוואדראט קילאמעטער |
לעפצונג | ים פון אזאוו |
לענדער אין דרענאזש בעקן | רוסלאנד |
פֿון זײַן מקור שטראָמט דער טײַך ערשט דרום־מזרח צו וואָראָנעזש, דערנאָך דרום־מערב צו זײַן לעפצונג. די הויפּט שטאָט אויף דעם טייַך איז ראָסטאָוו אויפן דאָן, און זייַן הויפּט בייטייך איז דער דאָנעץ .
געשיכטע
רעדאַקטירןאין אוראלטע צייטן איז דער טייַך געווען געזען ווי דער גרענעץ צווישן אייראָפּע און אזיע.[1]
אין זיין מזרחדיקסטן פונקט, קומט דער דאָן נאנט צום וואָלגאַ און דער וואָלגאַ-דאָן קאַנאַל (לענג 105 ק״מ בערך), וואָס פארבינדט די ביידע טייכן, איז געווען אַ הויפּט וואסער־רוטע. די כאַזאַר פעסטונג סאַרקעל פלעגט באַהערשן דעם פונקט אין דעם מיטל עלטער. ביי דעם טייל פון דעם טייַך האט פאסירט אָפּעראַציע אוראַנוס, איינער פון די קערפונקט פון דער צווייטער וועלט-מלחמה .
קוקן איבער דעם דאָן טייך
רעדאַקטירן-
דאן טייך לעבן כוטאר קאלינינסקי אין ראסטאוו גובערניע (פאטא 2002).
-
דאן טייך, לעבן יעלעץ
-
מאפע פון 1882 וואס ווייזט די טייך בעקנס פון די דאן און וואלגא טייכן
הערות
רעדאַקטירן- ↑ Norman Davies (1997). Europe: A History, 8. ISBN 0-7126-6633-8.