גרויס-מערבדיקע אייזנבאן (באן אפערירן פירמע)
גרויס-מערבדיקע אייזנבאן (ענגליש: Great Western Railway (GWR))[1] איז אַ בריטישע באַן אָפּערירן פירמע וואס געהערט צו FirstGroup (פֿירסטגרופ) און וואָס אַפּערירטן די גרעסערער מערבדיק באַן קאנצעסיע. זי פארוואלטעט 197 באן סטאנציעס און זיין באנען שטעלן זיך אפ ביי איבער 270 סטאנציעס.[2] GWR אַפּערירט ווייטער-דיסטאנץ צווישן-שטעט באַדינונגען אויף דער גרויס מערבדיקער הויפּט ליניע צו און פון מערב ענגלאַנד און דרום וויילז, צווישן-שטעט באַדינונגען פון לאָנדאָן צום מערב לאנד דורך דער רעדינג–טאַנטאָן ליניע און די נאַכט ריוויעראַ שלאף באדינונג צווישן לאָנדאָן און פענזאנס . זי פארזארגט אויך צופארער און פארשטאטישע באַדינונגען פון איר לאָנדאָן וואקזאל פּאַדינגטאָן קיין מערב לאָנדאָן, דערם טעמז טאל געגנט, אַרייַנגערעכנט טיילן פון בארקשייר, טיילן פון באקינגהאמשיר און אקספארדשיר ; און רעגיאָנאַלע באַדינונגען דורכאויס מערב ענגלאַנד און דרום וויילז צום דרום בארטן פון ענגלאַנד.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ First Greater Western Limited. Companies House. דערגרייכט דעם 29סטן דעצעמבער 2017.
- ↑ Station information. First Great Western. דערגרייכט דעם 6טן נאוועמבער 2013.