גרויסלאנדאנער אויטאריטעט
דער גרויסלאנדאנער אויטאריטעט (ענגליש: Greater London Authority, אדער אין ראשי תיבות GLA) איז דער סטראטעגישער אויטאריטעט איבער דעם געגנט פון גרויסלאנדאן, ענגלאנד. דער אויטאריטעט שליסט איין דעם בירגערמייסטער פון לאנדאן, וואס איז דער עקסעקוטיוו און ווערט דערוויילט אין גלייכע וואלן, און אויך די לאנדאנער אסיפה וואס באשטייט פון 25 מיטגלידער און דינט ווי דער קאנטראלע־קערפער. דער היינטיקער בירגעמייסטער פון לאנדאן איז באריס זשאנסאן.
צוועק
רעדאַקטירןדער גרויסלאנדאנער אויטאריטעט איז פאראנטווארטלעך אויף דער סטראטעגישע אדמיניסטראציע פון דעם ראיאן פון גרויסלאנדאן וואס באדעקט א שטח פון 1,579 קוואדראט ק"מ. די אדמיניסטראציע פון לאנדאן איז צעטיילט צווישן דעם גרויסלאנדאנער אויטאריטעט און די שטאטראטן פון די לאנדאנער באראס און דער קארפאראציע פון לאנדאן.
עקסעקוטיווע קערפער
רעדאַקטירןדער גרויסלאנדאנער אויטאריטעט איז פאראנטווארטלעך פאר טראנספארט, פאליציי, פייערלעשן, הצלה דינסטן, אנטוויקלונג און סטראטעגישע פלאנירונג איבער גרויסלאנדאן. דאס ווערט אלס אויסגעפירט דורך די פארשידענע קערפער אונטער דעם אויטאריטעט:
- טראנספארט פאר לאנדאן (Transport for London אדער TfL) איז דער קערפער פאראנטווארטלעך פאר אלע טראנספארט סיסטעמען אין לאנדאן .
- דער מעטראפאליטאנער פאליציי אויטאריטעט (Metropolitan Police Authority אדער MPA) איז פאראנטווארטלעך אויף דער פאליציי דינסט אין לאנדאן (גרויסלאנדאנער פאליציי).
- לאנדאנער פייער און עמערגענץ פלאנירונג אויטאריטעט (London Fire and Emergency Planning Authority אדער LFEPA) פאראנטווארטלעך אויף דער פייערלעשן דינסט פון לאנדאן ומתאם בין גופי התכנון של שירותי ההצלה השונים.
- לאנדאנער אנטוויקלונג אגענטור (London Development Agency אדער LDA) - פאראנטווארטלעך אויף קידום הפיתוח ברחבי לונדון רבתי.