גראפאלאגיע
גראַפֿאַלאָגיע איז דער פאך פון דערגיין און אנטפּלעקן די אייגנשאַפֿטן פון א ספּעציפֿישן פּערזאָן און דערקענען זיין כאַראַקטער, דורכן אַנאַליזירן יענעמס האנט-שריפֿט.
עס איז פארהאן סקעפטיזם איבער די ריכטיגקייט פן די חכמה און צי עס איז דא ווארהייט דערין. דאך אבער ווערט זי ברייט באנוצט דורך מחנכים, ארבעטס-געבער, שדכנים, פסיכאלאגישע דאקטוירים, און דאס גלייכן.
גראפאלאגיע איז נישט קיין פאך וואס איז געבויט אויף קלארע פאקטן. נאר די עיקר חכמה איז, גרונטליך צו באטראכטן דעם האנט-שריפט, באמערקן אלע איינצלהייטן דערין און צוזאמשטעלן אלע אינפארמאציע, און נאכדעם שטעלן מסקנות באזירט אויף אלע באווייזן צוזאמען. דערפאר, איז אויסער וואס א גראפאלאג דארף קענען אלע גראפאלאגישע באהויפטונגען אויפן שריפט און וויסן וואס איז דער באדייט פון יעדן צייכן, דארף ער קענען האבן א טיפערן און גרונטליכן בליק, צו קענען ארויסציען דעם אינערליכן אייגנארטיקייט פון אלע באווייזן פונעם שריפט און אזוי צוזאמשטעלן דאס גאנצע בילד.
היסטאריע
רעדאַקטירןוועב-לינקען
רעדאַקטירן- גראפאלאגיע אויף קאווע שטיבל http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=23&t=4206
- גראפאלאגיע: א לערנבוך קורס
- אן ארטיקל אין ענגליש וואס ערקלעהרט ווי גראפאלאגיע טוט פארנארן מענטשן http://www.quackwatch.org/01QuackeryRelatedTopics/Tests/grapho.html
- http://skepdic.com/graphol.html