גענעראל פארזאמלונג
א גענעראל פארזאמלונג איז אן אסיפה פון מיטגלידער אין אן אסאסיאציע אדער פירמע אדער א קהילה וואס מען האלט בדרך כלל איין מאל א יאר. אפטמאל איז דא א פליכט פונעם געזעץ צו האלטן א גענעראל פארזאמלונג.
ביי חסידישע קהלות
רעדאַקטירןדאס איז א נייער באגריף אין די לעבענס שטייגער פון די חסיד'ישע קהלות אין אמעריקע, וואו מען האט אויפגעשטעלט באזונדערע קהלות אין די גרויסע שטעט, וועלכע פירן זיך יעדער פאר זיך כאילו מען וואוינט אין א באזונדערע שטאט.
די קהלות פארמאגן געווענליך "שטאטוטן" דאס זענען די תקנות און געזעצן פון די קהלה ווער עס מעג געהערן צו די קהלה, און וואס זענען דאס אייגענטליך די גרונד פרינציפן פון די קהלה.
ווען עס קומט אויף עפעס א ערענסטע געשעעניש אין די קהלה, ווען עס נויטיגט זיך צו קאמיוניקירן מיט די קהלה מיטגלידער, ווערט פאררופען א "גענעראל פארזאמלונג" וואו עס טרעטן אויף די ראשי הקהילה, דער רב, אדער פארטרעטער פון די קהלה, און גיבם איבער די לעצטע אנטויקלונגען.
ווען מען וויל טוישן עפעס אין די שטאטוטן, קען מען דאס נאר טוהן מיט א "גענעראל פארזאמלונג".