געלע זשורנאליזם
געלע זשורנאליזם איז א טערמין אויף אזא סארט פארדרייטען זשורנאליזם וואס לייגט פאר א ציל נישט בארייכערן די אינפארמאציע און צו פארציילן די פאקטן פאר די ליינער. נאר עס דרייט אן א קאשע מיט די אינפארמאציע איר צו אויפבלאזן און פארדרייען צו מאכן לעבעדיג. עס ציעט דעם ליינער שטערקער ווי סתם זשורנאליזם, ווייל עס מאכט דאס לעבעדיג הייס, און פיל מיט געפילן אבער עס דינט קעגן דעם ציל פון זשורנאליזם צו זיין נייטראל.
ביישפילן
רעדאַקטירןטאבלויד'ס ווי דער ניו יארק פאוסט און דער דעילי ניוז ווערן פארעכענט אין דעם כלל, ווייל זיי זיכן נאר צו האבן שניידעדיגע קעפלעך. קעגן דעם ניו יארק טיימס וואס איז טאקע לאנגווייליג אבער עס שרייבט בלויז אינפארמאציע נישט לאזונגען.
די זעלבע אין ארץ ישראל הארץ וואס איז אינפארמאטיוו קעגן ידיעות און מעריב וואס זענן צוויי טאבלוידן (אין קוואליטעט אבער נישט אין מאס) וואס העצן און שימפן פון יעדעס ווארט פון סתם ארטיקלען.