אין חשבון, א בראָכטייל איז צוויי נאטירלעכע צאלן ווען איינע פון זיי טיילט אפ די צווייטע. א בראכטייל איז אויסגעפארמט אזוי , ווען דער n, m זיינען נאטירלעכע צאלן. מען קען לייגן פאר דער בראכטייל א מינוס און באקומען א נעגעטיווער בראכטייל, און דאן רופט מען דאס א ראציאנאלע צאל.

א לעקעך צעטיילט אויף פיר

ביישפיל: די נומערן , זיינען ברוכטיילן.

דעצימאל בראך

רעדאַקטירן

ווען דער צעטיילער איז 10 אדער יעדער צאל אין די 10טע מדריגה (ווי 100, 1000 אא"וו) קען מען אים אויך שרייבן מיט א דעצימאל בראך. למשל דער טייל   (וואס איז   ווען מען טאפלט אים מיט פינף) קען מען אויך צייגן אויף אזא פארם 0.5

כדי צו פארבינדן צוויי ברוכטיילן, אויב די דענאמינאטארס זיינען גלייך, פארבינדן מיר נאר די ציילערס. צום ביישפיל:  . און אויב די דענאמינאטארס זיינען אנדערש, זוכט מען דער קלענסטער געמיינזאמער טאפלונג פון די דענאמינאטארס, און מען טאפלט די צוויי ציילערס מיט א נומער וואס וועט צוברענגען די דענאמינאטארס צו דער קלענסטער געמיינזאמער טאפלונג, אזוי קען מען אפשאפן די דענאמינאטארס און פארבינדן ביידע ציילערס, און ביים באטרעף לייגן מיר דער קלענסטער געמיינזאמער טאפלונג ווי א דענאמינאטאר. (ליינט מער: קלענסטע געמיינזאמע טאפלונג)