בעלעטריסטיק
זשאנער פון שרײַבן
בעלעטריסטיק איז די פֿארעם פון א ווערק וואס, טיילווייז אדער אינגאנצן, באהאנדלט געשעענישן אדער אינפארמאציע וואס איז נישט עכט נאר אויסגעטראכט, דורכן שרייבער. בעלעטריסטיק ניצט מען פאר ראמאנען און קורצע דערציילונגען, אבער האט אויך א ברייטערע מיינונג אין טעאטער, אפערע, פילם, טעלעוויזיע, דיכטונג און געזאנג.
אין בעלעטריסטיק זענען פאראן כאראקטערס און דארף זיין א דערציילונג פון דער מעשה.
עטימאלאגיע
רעדאַקטירןדאס ווארט "בעלעטריסטיק" נעמט זיך פון פראנצויזיש belles lettres, שיינע שרייבונגען.
סארטן בעלעטריסטיק
רעדאַקטירןעס זענען פאראן עטלעכע סארטן בעלעטריסטיק:
- רעאליסטישער בעלעטריסטיק - א מעשה וואס האט געקענט פאסירן, אבער איז געווען אויסגעטראכט. קען זיין אז די מעשה האט נישט געקענט פאסירן בשעת ווען מען האט זי געשריבן, אבער שפעטער פאסירט זי יא. למשל, זשול ווערן האט געשריבן א ראמאן "פון דער ערד ביז דער לבנה" וואס אין 1969 איז טאקע פארגעקומען ווען ניל ארמסטראנג האט געטרעטן אויף דער לבנה, און איז צוריקגעקומען צו דער ערד.
- אומרעאליסטישער בעלעטריסטיק - מעשיות וואס זענען אינגאנצן קעגן נאטור און קענען נישט פאסירן אויף דער וועלט.
- טייל בעלעטריסטיק - א מעשה באזירט אויף היסטארישע געשעענישן, אבער די מענטשן און פאסירונגען זענען אויסגעטראכט.