בנציון פרישוואסער

ר' בנציון פֿרישוואַסער (געב' תש"ח) איז א חרדישער חסידישער ייד אין בריטאניע, א פילמיליאנער וואס אינוועסטירט אין אומבאוועגלעכע גיטער.

ער איז א דירעקטאר אין 279 געזעלשאפטן, אבער בעיקר איז ער דער פארזיצער פון דיידזשאן האלדינגס, א געזעלשאפט וואס ווערט געהאנדלט אין דער לאנדאנער בערזע, אין וואס די פרישוואסער משפחה האלט 79%.

אפשטאםרעדאַקטירן

ר' בנציון איז געבוירן אין תש"ח צו זיין פאטער יהושע פרישוואסער (געבוירן אין סאסאוו, מערב גאליציע, פוילן) און זיין מוטער נחמה גאלדא האלבערשטאם, א טאכטער פון הרב בן-ציון האלבערשטאם פון באבאוו. ר' יהושע האט אויפגעבויט דיידזשאן האלדינגס, און היינט ווערט די פירמע געפירט דורך ר' בנציון און זיין ברודער הרב שלמה פרישוואסער, רב פונעם סאסעווער בית המדרש און מגיד שיעור אין דער חיי עולם, לאנדאן ישיבה.

עסקנותרעדאַקטירן

ר' בנציון איז דער פארזיצער פון דער הנהלה פון דער בית יעקב שולע אין הענדאן, לאנדאן. אויך איז ער א קוראטאר פונעם התאחדות קהלות החרדים אין לאנדאן.